קאפיטל דרייצן
1 און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות. 2 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן? 3 ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן. 4 אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים? 5 ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
6 און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען. 7 און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד? 8 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: האר, לאז אים נאך דאס דאזיקע יאר, ביז איך וועל אים ארומגראבן און באמיסטיקן, 9 אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!
10 און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג. 11 און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א *גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך. 12 און ווי יהושע/ישוע* האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט! 13 און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳. 14 און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע* האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת! 15 אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען? 16 און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת? 17 און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.
18 דעריבער האט ער געזאגט: צו וואס איז דאס קעניגרייך פון ה׳ גלייך? און צו וואס זאל איך עס פארגלייכן? 19 עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן. 20 און ווידער האט ער געזאגט: צו וואס זאל איך פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳? 21 עס איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט אריינגעטאן אין דריי מאס זעמלמעל, ביז דאס גאנצע וועט זויער ווערן.
22 און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים. 23 און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט: 24 שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען. 25 ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט! 26 דעמאלט וועט איר אנהויבן צו זאגן: מיר האבן געגעסן פאר דיר און געטרונקען, און אויף אונדזערע גאסן האסטו געלערנט! 27 און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט! 28 דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן! 29 און זיי וועלן קומען פון מזרח און מערב, פון צפון און דרום, און וועלן זיך אנידערזעצן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 30 און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע.
31 אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן! 32 און ער האט געזאגט צו זיי: גייט און זאגט דעם דאזיקן פוקס: זע, איך טרייב ארויס בייזע גייסטער און איך טו רפואות היינט און מארגן, און דעם דריטן טאג קום איך צום סוף. 33 דאך מוז איך היינט און מארגן און איבערמארגן וואנדערן, ווייל עס געשיקט זיך נישט, אז א נביא זאל אומקומען מחוץ לירושלים. 34 אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט! 35 אָט ווערט אייך איבערגעלאזט אייער הויז וויסט; איך זאג אייך אבער, איר וועט מיך מער נישט זען, ביז עס וועט קומען דער טאג, ווען איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳! (געבענטשט איז דער, וואס קומט אין נאמען פון האר ג‑ט). (תהלים קיח, כו.)