קאפיטל פערצן
‏1 און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט, ‏2 און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!
‏3 און בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ. ‏4 עס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן? ‏5 ווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארומעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר. ‏6 יהושע/ישוע* אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך. ‏7 ווארום די ארומעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד. ‏8 וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה. ‏9 און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.
‏10 און יהודה איש‑קריות, איינער פון די צוועלף, איז אוועקגעגאנגען צו די הויפט כהנים, כדי אים איבערצוגעבן צו זיי. ‏11 און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן.
‏12 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח? ‏13 און ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן; ‏14 און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים? ‏15 און ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז. ‏16 און די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
‏17 און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף. ‏18 און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע* געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.) ‏19 האבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך? ‏20 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה. ‏21 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט נישט געבוירן געווארן!
‏22 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף. ‏23 און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון. ‏24 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע. ‏25 באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
‏26 און ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
‏27 און יהושע/ישוע* זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.) ‏28 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל. ‏29 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: אפילו אויב אלע וועלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאך נישט. ‏30 און יהושע/ישוע* זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען! ‏31 ער אבער האט נאך אייפריקער גערעדט: אויב איך זאל מוזן שטארבן צוזאמען מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען. און דעסגלייכן האבן אויך אלע געזאגט.
‏32 און זיי קומען צו א הויף, וואס האט געהייסן גת‑שמני; און ער זאגט צו זיינע תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל האבן תפילה געטאן. ‏33 און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן. ‏34 און ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט! ‏35 און ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין. ‏36 און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט. ‏37 און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן? ‏38 וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער *גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך! ‏39 און ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער. ‏40 און ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן. ‏41 און ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין. ‏42 שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאנט!
‏43 און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים. ‏44 און זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער. ‏45 און ווען ער איז געקומען, איז ער גלייך צוגעגאנגען צו אים, און זאגט: רבי! און האט אים געקושט. ‏46 און זיי האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און האבן אים געפאנגען גענומען. ‏47 איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער. ‏48 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען מיך צו כאפן. ‏49 טאג אויס טאג איין בין איך געווען ביי אייך אינם בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט געפאנגען גענומען; נאר (עס איז) כדי די כתבי (הקודש) זאלן דערפילט ווערן. ‏50 און אלע האבן אים פארלאזן, און זענען אנטלאפן.
‏51 און א יינגל איז אים נאכגעגאנגען, איינגעהילט אין א ליילעך אויפן בלויזן לייב, און זיי כאפן אים; ‏52 ער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער.
‏53 און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען* צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים. ‏54 און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער. ‏55 און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען*, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען. ‏56 ווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט. ‏57 און אייניקע זענען אויפגעשטאנען, און האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, אזוי צו זאגן: ‏58 מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט. ‏59 און אפילו אזוי האט זייער עדות זאגן נישט איבעראיינגעשטימט. ‏60 און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט יהושען/ישוען*, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט אויף דעם, וואס די דאזיקע זאגן עדות קעגן דיר? ‏61 און ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא? ‏62 און יהושע/ישוע* האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער *זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.) ‏63 און דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? ‏64 איר האט דאך געהערט די לעסטערונג. וואס איז אייער מיינונג? און אלע האבן אים פארמשפט, אז ער איז חייב מיתה. ‏65 און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)
‏66 און בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן; ‏67 און ווי זי האט דערזען פעטרוסן זיך ווארעמען, האט זי אויף אים א קוק געטאן, און זאגט: אויך דו ביסט געווען מיט דעם פון נצרת, דעם יהושע/ישוע*! ‏68 ער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט. ‏69 און די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי! ‏70 ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי. ‏71 און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט! ‏72 און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.