קאפיטל פיפצן
1 און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען*, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.) 2 און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס! 3 און די הויפט כהנים האבן געברענגט א סך באשולדיקונגען קעגן אים. 4 און פילאטוס האט אים ווידער געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט? זע, וויפל באשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר! 5 יהושע/ישוע* אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.); 6 און אויף יעדן יום טוב פלעגט ער זיי באפרייען איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן באגערט. 7 און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די אויפשטענדער, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד. 8 און דער המון איז ארויפגעגאנגען און האט אנגעהויבן צו פארלאנגען, אז ער זאל טאן, ווי געווענלעך פאר זיי. 9 און פילאטוס האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: צי ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען דעם קעניג פון די יידן? 10 ווארום ער האט געוואוסט, אז די הויפט כהנים האבן אים איבערגעגעבן מחמת קנאה. 11 די הויפט כהנים אבער האבן אונטערגעהעצט דעם המון, אז ער זאל זיי ליבער באפרייען בר‑אבאן. 12 און פילאטוס האט ווידער ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וואס זשע זאל איך טאן מיט אים, וועמען איר רופט קעניג פון די יידן? 13 און זיי האבן נאכאמאל א געשריי געטאן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! 14 און פילאטוס האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א שלעכטס האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! 15 און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען*, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)
16 און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע. 17 און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער; 18 און האבן אנגעהויבן אים צו באגריסן: שלום, קעניג פון די יידן! 19 און זיי האבן אים געשלאגן מיט א שטעקן איבערן קאפ, און געשפיגן אויף אים, און האבן געבויגן די קניען און זיך געבוקט צו אים. (ישעיהו נ, ו.) 20 און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים.
21 און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים. 22 און זיי ברענגען אים צו דעם ארט גלגלתא, וואס דער טייטש דערפון איז: דאס ארט פון א שארבן. 23 און זיי האבן אים געגעבן וויין געמישט מיט מירע, וואס ער האט אבער נישט אנגענומען. 24 און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים, און צעטיילן צווישן זיך זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל אויף זיי, וואס ווער זאל נעמען. 25 און עס איז געווען די דריטע שעה, און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. (תהלים כב, יד-טז, יח.) 26 און דער כתב פון זיין באשולדיקונג איז געווען אויפגעשריבן: דער קעניג פון די יידן. 27 און צוזאמען מיט אים זיי אויפהענגען אויף דער בוים צוויי רויבער; איינעם אויף זיין רעכטער *זייט, און איינעם אויף זיין לינקער זייט. 28 און עס איז מקוים געווארן דער פסוק, וואס זאגט:
און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן.
(ישעיהו נג, יב.)
29 און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק זייערע קעפ, און זאגנדיק: הא! דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טעג, 30 ראטעווע דיך אליין, און קום אראפ פונם בוים! 31 אזוי האבן אויך די הויפט כהנים אפגעשפאט צווישן זיך צוזאמען מיט די סופרים, און געזאגט: אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. 32 דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
33 און ווען די זעקסטע שעה איז געקומען, איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. 34 און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע* א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.) 35 און אייניקע פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי, האבן עס געהערט, און האבן געזאגט: זע, ער רופט אליהון. 36 און איינער איז געלאפן, און האט אנגעפילט א שוואם מיט עסיק, און זי ארויפגעזעצט אויף א שטעקן, און אים געגעבן צו טרינקען, (תהלים סט, כב.) אזוי צו זאגן: לאזט; מיר וועלן זען אויב אליהו וועט קומען, כדי אים אראפצונעמען! 37 יהושע/ישוע* אבער האט ארויסגעלאזט א הויך געשריי, און אפגעגעבן דעם *גייסט. 38 און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען, פון אויבן ביז אראפ. 39 און ווי דער אפיציר, וועלכער איז געשטאנען אנטקעגנאיבער אים, האט געזען, אז ער האט אָט אזוי אפגעגעבן דעם גייסט, האט ער געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען ה׳ס זון! 40 און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית; 41 וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט, ווען ער איז נאך געווען אין גליל, און האבן אים באדינט; און א סך אנדערע פרויען, וואס זענען ארויפגעגאנגען מיט אים קיין ירושלים.
42 און ווען עס איז שוין געווארן אוונט, ווייל עס איז געווען ערב שבת, דאס הייסט א טאג פאר שבת, 43 איז געקומען יוסף הרמתי, אן אנגעזעענער יועץ, וואס האט אליין אויך געהאפט אויף ה׳ס קעניגרייך, און האט זיך אונטערגעשטעלט אריינצוגיין צו פילאטוסן, און געבעטן ישועס גוף. 44 פילאטוס אבער האט זיך געוואונדערט, אז ער איז שוין געשטארבן; און האט גערופן צו זיך דעם אפיציר, און אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאנג טויט. 45 און דערוויסנדיק זיך פונם אפיציר, האט ער יוספן געשענקט דעם גוף. 46 און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.) 47 און מרים פון מגדלה און מרים, יוסיס מוטער, האבן געזען וואו ער איז געלייגט געווארן.