קאפיטל דרייצן
1 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פונם בית המקדש, זאגט איינער פון זיינע תלמידים צו אים: רבי, זע, וואס פאר א שטיינער און וואסערע בנינים! 2 און יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
3 און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין: 4 זאג אונדז, ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דאס צייכן, ווען דאס אלץ דארף דערפילט ווערן? 5 און יהושע/ישוע* האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן. 6 א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן. 7 און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף. 8 ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
9 איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי. 10 און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן. 11 און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש. 12 און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן. 13 און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. 14 און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג; 15 ווער עס איז אויפן דאך, דער זאל נישט אראפגיין, און נישט אריינגיין, עפעס נעמען פון זיין הויז ארויס; 16 און ווער עס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק צו נעמען זיין מלבוש. 17 אבער וויי איז צו די טראגעדיקע און אנזויגערינס אין יענע טעג! 18 זייט אבער מתפלל, אז עס זאל נישט געשען אין ווינטער. 19 ווארום יענע טעג וועלן זיין א צרה, אזא וואס אירסגלייכן איז נישט געשען זינט דעם אנהויב פון דער באשאפונג, וואס ה׳ האט באשאפן, ביז אצונד, און עס וועט מער נישט זיין. 20 און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.) 21 און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן; 22 ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע. 23 איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט! 24 נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.) 25 און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.) 26 און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) 27 און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.
28 און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאנט. 29 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאנט ביי די טירן. 30 באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען. 31 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין. 32 נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער. 33 גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז. 34 ווי א מענטש, אוועקפארנדיק, האט פארלאזן זיין הויז, און געגעבן מאכט צו זיינע קנעכט, יעדן איינעם זיין ארבעט, און דעם טירוועכטער האט ער באפוילן, אז ער זאל וואכן. 35 דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי; 36 טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע. 37 און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!