קאפיטל צוועלף
‏1 און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן. ‏2 און צו דער רעכטער צייט האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז ער זאל באקומען פון די גערטנער פון דער פרוכט פונם וויינגארטן. ‏3 און זיי האבן אים גענומען, און האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. ‏4 און ער האט ווידער צו זיי געשיקט אן אנדערן קנעכט; און יענעם האבן זיי צעשלאגן דעם קאפ, און אנגעטאן חרפות. ‏5 נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט. ‏6 נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון! ‏7 יענע גערטנער אבער האבן צווישן זיך געזאגט: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און די ירושה וועט זיין אונדזער! ‏8 און זיי האבן גענומען, און אים געטייט, און האבן אים ארויסגעווארפן פון וויינגארטן. ‏9 נו, וואס וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן? ער וועט קומען און אומברענגען די גערטנער, און דעם וויינגארטן וועט ער געבן צו אנדערע. ‏10 צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק:
דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן,
דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
‏11 פונם האר (ה׳) איז דאס געשען,
און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן? (תהלים קיח, כב, כג.)
‏12 און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
‏13 און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. ‏14 און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן? ‏15 ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן. ‏16 און זיי האבן געברענגט. און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס דאזיקע בילד און די אויפשריפט? און זיי האבן צו אים געזאגט: דעם קיסרס! ‏17 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
‏18 און עס קומען צו אים צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: ‏19 רבי, משה האט אונדז געשריבן, אז אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, און איבערלאזן א ווייב, און נישט איבערלאזן קיין קינד, אזוי זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה.) ‏20 עס זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן און האט נישט איבערגעלאזט קיין זאמען; ‏21 און דער צווייטער האט זי גענומען, און איז געשטארבן, נישט איבערלאזנדיק קיין זאמען; און דער דריטער אויך אזוי; ‏22 און די זיבן האבן נישט איבערגעלאזט קיין זאמען. צו לעצט נאך אלע איז אויך די פרוי געשטארבן. ‏23 אין דער תחית המתים, ווען זיי וועלן אויפשטיין, וועמעס ווייב פון זיי וועט זי זיין? ווארום אלע זיבן האבן זי דאך געהאט פאר א ווייב. ‏24 האט יהושע/ישוע* צו זיי געזאגט: צי בלאנדזשעט איר דען נישט דערפאר, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳? ‏25 ווארום ווען זיי וועלן אויפשטיין פון די טויטע, וועלן זיי נישט חתונה האבן, נישט מען וועט זיי חתונה מאכן; נאר זיי זענען ווי די מלאכים אין הימל. ‏26 און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.) ‏27 ער איז נישט דער ג‑ט פון די טויטע, נאר פון די לעבעדיקע: איר בלאנדזשעט זייער פיל. ‏28 און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע? ‏29 יהושע/ישוע* האט געענטפערט: דאס ערשטע איז: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד; ‏30 און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.) ‏31 דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן. ‏32 און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים; ‏33 און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים. ‏34 און יהושע/ישוע* האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות.
‏35 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אינם בית המקדש: וויאזוי זאגן די סופרים, אז דער משיח איז דודס זון? ‏36 דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש:
דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זעץ דיך אויף מיין רעכטער *זייט,
ביז איך וועל לייגן דיינע פיינט ווי א פוסבענקעלע
פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)
‏37 דוד אליין רופט אים האר, און פונוואנען איז ער זיין זון? און דער גרויסער עולם מענטשן האט זיך גערן צוגעהערט צו אים.
‏38 און אין זיין לערנונג האט ער געזאגט: היט זיך פאר די סופרים, וואס האבן ליב ארומצוגיין אין טליתים, און אז מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערק, ‏39 און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות; ‏40 זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט.
‏41 און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל. ‏42 און עס איז געקומען אן ארומע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.) ‏43 און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארומע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין; ‏44 ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה.