קאפיטל עלף
‏1 און ווען זיי דערנענטערן זיך צו ירושלים, צו בית‑פגי און בית‑היני, ביים הר הזיתים, שיקט ער צוויי פון זיינע תלמידים, ‏2 און זאגט צו זיי: גייט אין דעם *דארף אריין, וואס איז אנטקעגנאיבער אייך; און גלייך ווי איר וועט אריינקומען אהין, וועט איר געפינען א יונג אייזעלע אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אפ, און ברענגט עס. ‏3 און אויב עמיצער וועט צו אייך זאגן: פארוואס טוט איר דאס? זאלט איר זאגן: דער האר האט עס נייטיק, און שיקט עס באלד צוריק אהער. ‏4 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען א יונג אייזעלע אנגעבונדן ביי א טיר אינדרויסן ביים שייד וועג; און זיי בינדן עס אפ. ‏5 און אייניקע, וואס זענען דארטן געשטאנען, האבן צו זיי געזאגט: וואס טוט איר, אפבינדנדיק דאס אייזעלע? ‏6 און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע* האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט. ‏7 און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען*, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט. ‏8 און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער. ‏9 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳) ‏10 געבענטשט איז דאס מלכות פון אונדזער פאטער דוד, וואס קומט! הושענא במרומים! (תהלים קיח, כו.)
‏11 און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף.
‏12 און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית‑היני, איז ער געווארן הונגעריק. ‏13 און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן. ‏14 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.
‏15 און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן. ‏16 און ער האט נישט דערלאזט, אז עמיצער זאל אדורכטראגן א כלי דורך דעם בית המקדש. ‏17 און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.) ‏18 און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג.
‏19 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט. ‏20 און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען. ‏21 און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן! ‏22 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳! ‏23 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים. ‏24 דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך. ‏25 און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות. ‏26 אויב אבער איר וועט נישט מוחל זיין, וועט אייער פאטער אין הימל אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות.
‏27 און זיי קומען ווידער קיין ירושלים. און בשעת ער איז ארומגעגאנגען אין בית המקדש, קומען צו אים די הויפט כהנים, און די סופרים, און די זקנים; ‏28 און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן? ‏29 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן איין קשיא, און ענטפערט מיר, און איך וועל אייך זאגן, מיט וועלכן רשות איך טו די דאזיקע זאכן. ‏30 צי איז די מקווה פון יוחנן געווען מן השמים, אדער פון מענטשן? ענטפערט מיר! ‏31 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: מן השמים, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? ‏32 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא. ‏33 און ענטפערנדיק זאגן זיי צו יהושען/ישוען*: מיר ווייסן נישט! און יהושע/ישוע* זאגט צו זיי; זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן!