קאפיטל צען
1 און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט. 2 און פרושים זענען צוגעקומען צו אים, און האבן אים געפרעגט, אויב א מאן מעג זיך גטן מיטן ווייב; אויספרואוונדיק אים. 3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן? 4 און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.) 5 יהושע/ישוע* אבער האט צו זיי געזאגט: צוליב דער פארהארטעוועטקייט פון אייער הארץ האט ער אייך אנגעשריבן דאס דאזיקע געבאט; 6 פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.) 7 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, 8 און די צוויי וועלן זיין איין פלייש; (בראשית ב, כד.) אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש. 9 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן! 10 און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך. 11 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר; 12 און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות.
13 און מען האט צו אים געברענגט קליינע קינדער, כדי ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי. 14 און ווי יהושע/ישוע* האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳! 15 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין! 16 און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי.
17 און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן? 18 און יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין! 19 די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.) 20 און ער האט צו אים געזאגט: רבי, אלע די דאזיקע האב איך אפגעהיטן פון מיין יוגנט אָן. 21 און יהושע/ישוע* האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארומעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך! 22 ער אבער איז אומעטיק געווארן איבער דעם ווארט, און איז אוועקגעגאנגען א טרויעריקער, ווארום ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
23 און יהושע/ישוע* האט זיך ארומגעקוקט, און זאגט צו זיינע תלמידים: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן עשירות אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 24 און די תלמידים זענען דערשטוינט געווארן איבער זיינע ווערטער. יהושע/ישוע* אבער ווידער ענטפערנדיק האט צו זיי געזאגט: קינדער, אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן בטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 25 עס איז לייכטער פאר א קעמל אדורכצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר א רייכן מאן אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 26 און זיי זענען נאך מער דערשטוינט געווארן, און האבן צו זיך גערעדט: און ווער זשע קען דערלייזט ווערן? 27 יהושע/ישוע* האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳. 28 פעטרוס האט אנגעהויבן צו רעדן צו אים: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און האבן דיר נאכגעפאלגט! 29 האט יהושע/ישוע* געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה, 30 וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן. 31 אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.
32 און זיי זענען געווען אויפן וועג, ארויפגייענדיק קיין ירושלים; און יהושע/ישוע* איז געגאנגען פארויס פאר זיי; און זיי האבן געשטוינט; און די, וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן זיך געפארכטן. און ער האט ווידער גענומען די צוועלף צו זיך, און האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי וועגן די זאכן, וואס וועלן קומען אויף אים: 33 זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די גויים; 34 און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין. 35 און יעקב און יוחנן, זבדיס זין, זענען צוגעגאנגען צו אים, און האבן צו אים געזאגט: רבי, מיר פארלאנגען, אז דו זאלסט פאר אונדז טאן, וואס מיר וועלן דיך בעטן! 36 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן? 37 און זיי האבן צו אים געזאגט: גיב אונדז, אז מיר זאלן זיצן, איינער אויף דיין רעכטער *זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט, אין דיין הערלעכקייט! 38 יהושע/ישוע* אבער האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט נישט וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם בעכער, וואס איך טרינק? אדער געטובלט ווערן מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט? 39 און זיי האבן געזאגט צו אים: מיר קענען! יהושע/ישוע* אבער האט צו זיי געזאגט: דעם בעכער, וואס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט, וועט איר געטובלט ווערן; 40 נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער *זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן. 41 און ווען די צען האבן עס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן אין כעס אויף יעקבן און יוחנן. 42 און יהושע/ישוע* האט זיי גערופן צו זיך, און זאגט צו זיי; איר ווייסט, אז די, וואס גילטן צו הערשן איבער די פעלקער, אונטעריאכן זיי; און זייערע גדולים געוועלטיקן איבער זיי. 43 ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת; 44 און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט. 45 ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
46 און זיי קומען קיין יריחו. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יריחו, מיט זיינע תלמידים און אן אנגעזעענעם המון מענטשן, איז טימיס זון, בר‑טימי, א בלינדער בעטלער, געזעסן ביים וועג. 47 און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע* פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע*, האב רחמנות אויף מיר! 48 און א סך האבן אנגעשריגן אויף אים, כדי ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן: בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 49 און יהושע/ישוע* האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך! 50 און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען*. 51 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן! 52 און יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)