קאפיטל דריי
1 אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער, 2 צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה. 3 זאל אייער צירונג זיין נישט דאס אויסערלעכע באשיינונג, מיט פלעכטן די *האר און מיט אנטאן זיך גאלדענע זאכן, אדער מיט אנקליידן זיך (טייערע) מלבושים; 4 נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן *גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳. 5 ווארום אזוי א האבן זיך אויך אמאל געצירט די הייליקע פרויען, וועלכע האבן געהאפט אויף ה׳, און זענען געווען אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער; 6 ווי שרה האט געהארכט אברהמען, און אים גערופן האר; וועמעס טעכטער איר זענט געווארן, ווען איר טוט גוטס און שרעקט זיך נישט אפ פון קיין שום פחד.
7 אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.
8 און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק; 9 צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה. 10 ווארום:
ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן
און זען גוטע טעג,
זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז,
און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;
11 זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס,
זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
12 ווייל די אויגן פון דעם האר (ג‑ט) זענען אויף די צדיקים
און זיינע אויערן צו זייער געבעט;
דאס פנים אבער פון דעם האר איז קעגן די,
וואס טאן בייז.
(תהלים לד, יג-יז.)
13 און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן? 14 נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן; 15 דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפנונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה; 16 האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח. 17 ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס. 18 ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט; 19 אין וועלכן ער איז אויך געגאנגען און אויסגערופן צו די רוחות אין געפענקעניש, 20 וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער; 21 דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע* המשיחן; 22 וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.