קאפיטל צוויי
‏1 דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע, ‏2 ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה, ‏3 אויב איר האט טועם געווען, אז דער האר איז גוט; ‏4 צו וועמען איר קומט, צו דעם לעבעדיקן שטיין, וואס פון מענטשן טאקע איז ער פארשטויסן, ביי ה׳ אבער אויסדערוויילט, קאסטבאר, ‏5 און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע* המשיחן. ‏6 דערפאר שטייט אין פסוק:
זע, איך לייג אין ציון א פונדאמענט שטיין,
אן אויסדערוויילטן, א קאסטבארן,
און ווער עס גלויבט אין אים וועט נישט ווערן צו שאנדן.
(ישעיהו כח, טז.)
‏7 פאר אייך דעריבער, וואס גלויבן, איז ער טייער; פאר די אומגלויביקע אבער:
דער שטיין, וועלכן די בויער האבן פארשטויסן,
דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
(תהלים קיח, כב.)
‏8 און:
און אן אבן נגף און *צור מכשול.
(ישעיהו ח, יד.)
זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן. ‏9 איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן *עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.) ‏10 (אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)
‏11 געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה; ‏12 פירט א גוטן לעבן צווישן די גויים, כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.
‏13 אונטערטעניקט זיך צו יעדער מענטשלעכער ארדנונג צוליב דעם האר; סאי צום מלך, ווי צו אן אויבערהאר; ‏14 סאי צו גובערנאטארן, ווי צו שליחים פון אים צו באשטראפן פארברעכער און צום לויב פון די, וועלכע טאן גוטס. ‏15 ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן; ‏16 אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט. ‏17 גיט אלעמען אפ כבוד. האט ליב די ברודערשאפט. האט מורא פאר ה׳. גיט אפ כבוד דעם קעניג.
‏18 איר קנעכט, זייט אונטערטעניק צו אייערע הארן מיט יעדער פארכטיקייט; נישט בלויז צו די גוטע און באשיידענע אליין, נאר אויך צו די שלעכטע. ‏19 ווארום דאס דאזיקע איז א חסד, ווען צוליב דעם געוויסן פאר ה׳, מען דערטראגט צער, ליידנדיק אומיושרדיק. ‏20 ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳. ‏21 ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט; ‏22 וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל; ‏23 וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסאראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק; ‏24 וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן. ‏25 ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)