קאפיטל פיר
‏1 דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד; ‏2 כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף. ‏3 ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די גויים, לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות; ‏4 אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן; ‏5 זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע. ‏6 ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.
‏7 אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער פארנונפטיק און ניכטערן צו תפילות; ‏8 קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.) ‏9 זייט גאסטפריינטלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל; ‏10 דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד; ‏11 אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע* המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.
‏12 געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן; ‏13 נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין. ‏14 אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך. ‏15 נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן; ‏16 אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען. ‏17 ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה? ‏18 און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען? ‏19 דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.