קאפיטל עלף
‏1 אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט. ‏2 ווארום דורך דער דאזיקער האבן די זקנים באקומען אן עדות. ‏3 דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזעסן איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט. ‏4 דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ. ‏5 דורך אמונה איז חנוך אוועקגענומען געווארן, אז ער זאל נישט זען דעם טויט, און איז נישט געפונען געווארן, ווייל ה׳ האט אים אוועקגענומען; ווארום איידער ער איז אוועקגענומען געווארן, האט ער באקומען דאס עדות, אז ער איז געווען וואוילגעפעלן צו ה׳; ‏6 אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים. ‏7 דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מע האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה. ‏8 דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט. ‏9 דורך אמונה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דעם לאנד פון דער הבטחה ווי א פרעמדער אין א פרעמד לאנד, וואוינענדיק אין געצעלטן מיט יצחקן און יעקבן, די מיטיורשים פון דער זעלביקער הבטחה; ‏10 ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳. ‏11 דורך אמונה האט אויך שרה באקומען די קראפט טראגנדיק צו ווערן און צו געבוירן, הגם זי האט שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער, ווייל זי האט געהאלטן, אז דער, וואס האט צוגעזאגט, איז באגלויבט; ‏12 אלס פועל יוצא זענען אויך פון איינעם, שוין כמעט א טויטן, געבוירן געווארן אזוי פיל, ווי די מאסע שטערן פון הימל און ווי דאס זאמד ביים ברעג ים—נישט צום איבערציילן. (בראשית כב, יז.) ‏13 זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד. ‏14 ווארום די, וואס זאגן אזעלכעס, מאכן קלאר, אז זיי זוכן א היימלאנד. ‏15 און וואלטן זיי אין זינען געהאט יענץ לאנד, פון וועלכן זיי זענען ארויסגעגאנגען, וואלטן זיי געהאט גענוג געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן. ‏16 זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.
‏17 דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד; ‏18 צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען; ‏19 רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצווועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל. ‏20 דורך אמונה האט אויך יצחק געבענטשט יעקבן און עשיון וועגן צוקונפטיקע זאכן. ‏21 דורך אמונה האט יעקב ביים שטארבן געבענטשט יעדן פון יוספס זין, און זיך געבוקט, (אנגעלענט) אויפן קאפ פון זיין שטעקן (תרגום השבעים). ‏22 דורך אמונה האט יוסף ביים שטארבן דערמאנט די קינדער ישראל פון זייער ארויסגיין (פון מצרים); און זיי באפוילן וועגן זיינע ביינער.
‏23 דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל. ‏24 דורך אמונה האט משה, ווען ער איז גרויס געווארן, זיך אפגעזאגט צו הייסן פרעהס טאכטערס זון, ‏25 אויסוויילנדיק א סך ליבער צו ליידן מיט ה׳ס פאלק, ווי א הנאה צו האבן אויף א געוויסער צייט פון דעם פארגעניגן פון זינד, ‏26 האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג. ‏27 דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מע קען נישט זען. ‏28 דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן. ‏29 דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן. ‏30 דורך אמונה זענען די מויערן פון יריחו איינגעפאלן, נאכדעם ווי מען האט זיי ארומגערינגלט זיבן טעג. ‏31 דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום. ‏32 און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים; ‏33 וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן, ‏34 אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן. ‏35 פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים; ‏36 און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה; ‏37 זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, אדורכגעזעגט. געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט, ‏38 וואס די וועלט איז זיי נישט ווערט געווען; זיי האבן געבלאנדזשעט אין מדבריות: און אויף בערג, אין היילן און אין די לעכער פון דער ערד. ‏39 און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה, ‏40 ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז.