קאפיטל צען
‏1 ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די צוקונפטיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס. ‏2 ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד. ‏3 נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד. ‏4 ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד. ‏5 דערפאר, אריינקומענדיק אין דער וועלט, זאגט ער:
א זבח און א מנחה האסטו נישט פארלאנגט,
נאר א גוף האסטו מיר צוגעגרייט;
‏6 עולות און קרבנות פאר זינד זענען דיר נישט וואוילגעפעלן.
‏7 דעמאלט האב איך געזאגט: אָט בין איך געקומען,
אין דער מגילת ספר שטייט געשריבן וועגן מיר,
צו טאן דיין רצון, אָ ג‑ט!
(תהלים מ, ז-ט.)
‏8 זאגנדיק אויבן (ציטירן ניטציטירן) א זבח און א מנחה און עולות און קרבנות פאר זינד האסטו נישט פארלאנגט, נישט זענען זיי דיר וואוילגעפעלן, וועלכע זענען מקריב געווארן לויט דער געזעץ, ‏9 האט ער דאן געזאגט: אָט בין איך געקומען צו טאן דיין רצון. ער האט אפגעשאפט דאס ערשטע, כדי דאס צווייטע צו באשטעטיקן, ‏10 אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע* המשיחן איינמאל פאר אלעמאל. ‏11 און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד; ‏12 ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער *זייט; ‏13 ווארטנדיק פון דעמאלט אָן ביז זיינע פיינט וועלן געלייגט ווערן ווי א פוסבענקעלע צו זיינע פיס. ‏14 ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן. ‏15 און אויך דער רוח הקודש זאגט עדות צו אונדז; ווארום נאכדעם ווי ער האט געזאגט:
‏16 דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן
מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט),
איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער
און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן;
‏17 און זייערע זינד און זייערע חטאים
וועל איך מער נישט געדענקען.
(ירמיהו לא, לב-לג.)
‏18 און וואו עס איז פאראן א פארגעבונג פון די דאזיקע, דארט גיבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד.
‏19 דעריבער, ברידער, האבנדיק פתחון פה אריינצוגיין אינם קדשי קדשים דורך דעם בלוט פון יהושען/ישוען*, ‏20 פון (יהדות) דרך (ה׳), וועלכן ער האט פאר אונדז איינגעווייט, א נייעם און לעבעדיקן דורך דעם פרוכת, דאס הייסט זיין פלייש, ‏21 און (האבנדיק) א כהן גדול איבער דעם הויז פון ה׳, ‏22 לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער; ‏23 לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפנונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט; ‏24 און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים; ‏25 נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.
‏26 ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד, ‏27 נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע. ‏28 עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי; ‏29 וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד. ‏30 ווארום מיר קענען אים, וואס האט געזאגט: צו מיר געהערט נקמה, איך וועל באצאלן. און ווידער, דער האר (ג‑ט) וועט משפטן זיין פאלק. (דברים לב, לה-לו.) ‏31 עס איז שרעקלעך אריינצופאלן אין די הענט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט. (דברים ד, כד.)
‏32 דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן; ‏33 טיילווייז זענט איר געווארן א ספעקטאקל דורך חרפות און צרות, און טיילווייז דורכן נעמען אן אנטייל מיט די, וואס זענען אזוי באהאנדלט געווארן. ‏34 ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום. ‏35 ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר. ‏36 ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.
‏37 ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע,
דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען.
‏38 און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן;
און אויב ער וועט זיך צוריקציען,
האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים.
(חבקוק ב, ג-ד.)
‏39 מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש.