קאפיטל עלף
1 הלוואי וואלט איר אביסל אויסגעהאלטן מיין נארישקייט; און דאך האלט איר עס אויס פון מיר. 2 ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח. 3 איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח. 4 ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע*, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן *גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל. 5 ווארום איך *מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים. 6 און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך. 7 אדער האב איך דערמיט געטאן א זינד, דערנידעריקנדיק זיך אליין, כדי איר זאלט דערהייכט ווערן, ווייל איך האב אייך אנגעזאגט די גוטע בשורה פון ה׳ בחינם? 8 אנדערע קהלות האב איך בארויבט, נעמענדיק שכירות, כדי אייך צו דינען; 9 און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן. 10 אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא. 11 פארוואס? ווייל איך האב אייך נישט ליב? ה׳ ווייסט. 12 נאר וואס איך טו, וועל איך אויך טאן, כדי איך זאל אפשניידן די געלעגנהייט פון די, וואס זוכן א געלעגנהייט; כדי אין דעם, מיט וועלכן זיי בארימען זיך, זאלן זיי געפונען ווערן אויך אזוי, ווי מיר. 13 ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח. 14 און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט. 15 עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים.
16 ווידער זאג איך: זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר א *נאר; און אויב דאך, טא זאלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי א *נאר, כדי איך זאל מיך אויך אביסל בארימען. 17 וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג. 18 ווייל א סך בארימען זיך לויט דעם פלייש, וועל איך מיך אויך (אזוי) בארימען. 19 ווארום איר פארטראגט גערן די נאראנים, זייענדיק (אליין) חכמים. 20 ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייכט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין. 21 צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ. 22 זיי זענען עברים? איך בין אויך. זיי זענען ישראלים? איך אויך. זיי זענען אברהמס זאמען? איך אויך. 23 זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות. 24 פון יידן האב איך פינף מאל באקומען פערציק שלעק ווייניקער איינעם. 25 דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפברוך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים); 26 א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון גויים, אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער; 27 אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז). 28 אחוץ די אויסערלעכע זאכן, (נאך דאס), וואס קומט אויף מיר טאג טעגלעך—די דאגה פאר אלע קהלות. 29 ווער איז *שלאף, און איך בין נישט *שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן? 30 אויב איך מוז מיך בארימען, וועל איך מיך בארימען מיט מיין שלאפקייט. 31 דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע*, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר. 32 אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן; 33 און מען האט מיך אראפגעלאזט דורך א פענסטער אין א קארב איבער דער מויער, און איך בין אנטרינען פון זיינע הענט.