קאפיטל צען
‏1 און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך: ‏2 איך בעט, אז ווען איך וועל זיין אנוועזנד, זאל איך נישט מוזן זיין מוטיק מיט דעם בטחון, מיט וועלכן איך האב בדעה ארויסצוטרעטן קעגן אייניקע, וואס באטראכטן אונדז ווי מיר וואלטן לעבן לויטן פלייש. ‏3 ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש; ‏4 ווייל די כלי זין פון אונדזער מלחמה זענען נישט פליישלעך, נאר מעכטיק פאר ה׳ צום צעשטערן פעסטונגען. ‏5 מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייכט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח, ‏6 און שטייען גרייט זיך אפצורעכענען מיט יעדער ווידערשפעניקייט, ערשט ווען אייער געהארכזאמקייט וועט ווערן פולשטענדיק. ‏7 איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך. ‏8 ווארום ווען איך זאל מיך אפילו אביסל מער בארימען מיט אונדזער רשות, וואס דער האר האט אונדז געגעבן צו אייער אויפבויאונג, און נישט צו אייער צעשטערונג, וועל איך נישט פארשעמט ווערן: ‏9 כדי איך זאל נישט אויסזען ווי איך וואלט אייך געוואלט אפשרעקן דורך מיינע בריוו. ‏10 ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן). ‏11 זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד. ‏12 ווארום מיר וואגן נישט זיך צו פאררעכענען אדער פארגלייכן מיט אייניקע, וואס לויבן זיך אליין; נאר מעסטנדיק זיך מיט זיך אליין און פארגלייכנדיק זיך מיט זיך אליין, זענען זיי אומפארשטאנדיקע. ‏13 מיר אבער וועלן זיך נישט בארימען אָן א מאס, נאר לויט דעם מאסשטאב, וועלכן ה׳ האט אונדז אויסגעטיילט, ווי א מאס צו דערגרייכן אפילו ביז צו אייך. ‏14 ווארום מיר שטרעקן זיך נישט צופיל אויס, ווי מיר וואלטן נישט דערלאנגט צו אייך; ווארום מיר זענען דאך געקומען אויך צו אייך אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח; ‏15 נישט בארימענדיק זיך אָן א מאס אין דער ארבעט פון אנדערע, אבער האבנדיק די האפנונג, בשעת אייער אמונה וואקסט, אז מיר וועלן פארגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער מאסשטאב צו א שפע, ‏16 אנצוזאגן די גוטע בשורה אין (לענדער, וועלכע) ליגן אויסער אייך, און זיך נישט צו בארימען וואס שייך דעם, וואס איז שוין פארטיק אין אן אנדערנס גבול. ‏17 ווער אבער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.) ‏18 ווארום נישט דער, וואס לויבט זיך אליין, איז אנגענומען, נאר דער, וועמען דער האר לויבט.