דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס
צו די קארינטער
1
פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע* המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער, 2 צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע*, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער; 3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט, אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח.4 איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע*; 5 אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן; 6 לויט ווי דאס עדות זאגן פונם משיח האט זיך געגרונטפעסטיקט אין אייך; 7 אזוי, אז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבליבן אין קיין שום מתנה; ווארטנדיק אויף דער אנטפלעקונג פונם האר אונדזערן יהושע/ישוע* המשיח, 8 וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח. 9 יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע* המשיח דעם האר אונדזערן.
10 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקות; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה. 11 ווארום וועגן אייך, ברידער, בין איך געוואר געווארן דורך כלאעס (בני בית), אז עס זענען דא שטרייטיקייטן ביי אייך. 12 און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח. 13 צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן? 14 איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן; 15 כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען. 16 און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש. 17 ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
18 ווארום דאס ווארט פונם בוים איז נארישקייט צו די, וועלכע ווערן פארלוירן; פאר אונדז אבער, וואס ווערן געראטעוועט, איז עס ה׳ס גבורה. 19 ווארום עס שטייט געשריבן:
איך וועל צונישט מאכן די חכמה פון די חכמים,
און וועל פארווארפן דעם פארשטאנד פון די פארשטאנדיקע.
(ישעיהו כט, יד.)
20 וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו *נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט? 21 ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן. 22 און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה, 23 רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מכשול, און פאר גריכן א נארישקייט; 24 אבער פאר די גערופענע אליין, סאי יידן סאי גריכן, משיח די גבורה פון ה׳ און די חכמה פון ה׳. 25 ווייל ה׳ס נארישקייט איז קליגער ווי מענטשן; און ה׳ס שוואכקייט שטארקער ווי מענטשן.
26 ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע; 27 נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג‑ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע; 28 און דאס נישט איידעלע פון דער וועלט, און דאס פאראכטעטע האט ה׳ אויסדערוויילט, אפילו דאס, וואס איז נישט, כדי מבטל צו זיין דאס, וואס איז יא; 29 אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳. 30 פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע*, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה; 31 כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.)