קאפיטל זעכצן
‏1 איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא, ‏2 כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין. ‏3 גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע*, ‏4 וועלכע האבן געלייגט זייער אייגענעם האלדז פאר מיין לעבן; וועמען נישט נאר איך בין דאנקבאר, נאר אויך אלע קהלות פון די אומות העולם; ‏5 און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען. ‏6 גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן. ‏7 גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר. ‏8 גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר. ‏9 גיט אפ שלום אורבאנוסן, אונדזער מיטארבעטער אינם משיח, און מיין געליבטן סטאכיס. ‏10 גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס. ‏11 גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר. ‏12 גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר. ‏13 גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע. ‏14 גיט אפ שלום אסינקריטוסן, פלעגאנען, הערמעסן, פאטראבאסן, הערמאסן, און די ברידער ביי זיי. ‏15 גיט אפ שלום פילאלאגוסן און יוליאן, נערעאוסן און זיין שוועסטער, אויך אלימפאסן, און אלע הייליקע, וואס זענען מיט זיי. ‏16 גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. אלע קהלות פונם משיח גיבן אייך אפ שלום. ‏17 און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקות און מכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס. ‏18 ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן. ‏19 ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער *פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן. ‏20 און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח זיין מיט אייך אלעמען. ‏21 טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום. ‏22 איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר. ‏23 גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום. ‏24 דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן. ‏25 צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע* המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן, ‏26 איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה; ‏27 צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע* המשיחן לעלמי עולמים! אמן.