קאפיטל צוויי
‏1 און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳. ‏2 ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע* המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים. ‏3 און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש. ‏4 און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה, ‏5 כדי אייער אמונה זאל נישט זיין אין מענטשלעכער חכמה, נאר אין דער גבורה פון ה׳.
‏6 חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן; ‏7 נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן; ‏8 וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד; ‏9 נאר ווי עס שטייט געשריבן:
וואס אויג האט נישט געזען,
און אויער האט נישט געהערט,
און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן,
דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב.
(ישעיהו סד, ג.)
‏10 צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳. ‏11 ווארום ווער צווישן מענטשן ווייסט וואס (עס טוט זיך) אין א מענטשן, אויב נישט דעם מענטשנס *גייסט אין אים? אויך אזוי ווייסט קיינער נישט וואס עס איז אין ה׳, אחוץ ה׳ס גייסט. ‏12 און מיר האבן נישט באקומען דעם *גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳. ‏13 דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע. ‏14 דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן. ‏15 דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט. ‏16 ווארום ווער האט געקענט דעם *גייסט פון דעם האר (ג‑ט), אז ער זאל אים (עפעס) לערנען? מיר אבער האבן דעם *גייסט פונם משיח. (ישעיהו מ, יג.)