דער בריוו צו די רוימער
1
פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע* המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳, ‏2 וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש, ‏3 וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש, ‏4 אנטשיידן באוויזן אלס דער זון פון דער אויבערשטער מיט מאכט, לויט דעם גייסט פון קדושה דורך דעם אויפשטיין פון די טויטע—יהושע/ישוע* המשיח אונדזער האר, ‏5 דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען, ‏6 צווישן וועלכע אויך איר זענט בארופן פון יהושע/ישוע* המשיחן; ‏7 צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח.
‏8 קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע* המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט. ‏9 ווארום ה׳, וועמען איך דין אין מיין *גייסט אין דער בשורה טובה פון זיין זון, איז מיין עדות ווי איך דערמאן אייך אָן אויפהער ‏10 אין מיינע תפילות, בעטנדיק אלעמאל, אז עס זאל מיר שוין געלינגען, אם ירצה ה׳, צו אייך צו קומען. ‏11 ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג; ‏12 דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער. ‏13 און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער. ‏14 איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים. ‏15 אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים. ‏16 ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך. ‏17 ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן,a ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)
‏18 ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט; ‏19 ווייל דאס וויסן פון ה׳ איז באקאנט געמאכט צו זיי, ווארום ה׳ האט עס זיי מגלה געווען. ‏20 ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א אויסרייד: ‏21 צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו *נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן. ‏22 מיינענדיק, אז זיי זענען קלוגע, האבן זיי זיך באנארישט, ‏23 און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטערבלעכן ג‑ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים.
‏24 דערפאר האט זיי ה׳ איבערגעגעבן אין די תאוות פון זייערע הערצער, צו שמוציקייט, צו שענדן זייערע קערפערס צווישן זיך אליין; ‏25 וועלכע האבן פארביטן דעם (דרך ה׳) אמת פון ג‑ט מיט א שקר און פארערט און געדינט דאס באשאפענע אנשטאט דעם באשעפער, הקדוש ברוך הוא לעולמים. אמן. ‏26 צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן; ‏27 און אזוי אויך די מענער, פארלאזנדיק דעם נאטירלעכן געברויך פון דער פרוי, האבן זיך אין זייערע פארלאנגען דערהיצט איינער מיט דעם אנדערן, מענער מיט מענער טוענדיק געמיינהייטן, און האבן דערהאלטן אין זיך אליין דעם געהעריקן שכר פון זייער פארפירטקייט. ‏28 און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א נידערטרעכטיקן פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט; ‏29 זיי זענען אנגעפילט געווארן מיט יעדער רישעות, שלעכטסקייט, זנות, גלוסטשאפיק תאוות גייציקייט, בייזוויליקייט, פול מיט קינאה, מערדעריי, קריג, אפנארעריי, כיטרעקייט, רכילות, ‏30 לשון הרע, פיינד פון ה׳, עזות פנימער, פארריסן, בארימער, אויסגעפינעריש פון שלעכטס, אומגעהארכזאמע צו עלטערן, ‏31 אומפארשטענדיקע, טריילאזע, אָן נאטירלעכע געפילן, אומרחמנותדיקע; ‏32 וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.