קאפיטל צוויי
‏1 דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן אן אויסרייד; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן; ‏2 און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן. ‏3 צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט? ‏4 אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און לאנגמוטיקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן? ‏5 דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט, ‏6 וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.) ‏7 צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן; ‏8 אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן; ‏9 ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך. ‏10 אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך; ‏11 ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.) ‏12 ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה; ‏13 ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן; ‏14 ווארום ווען די אומות העולם, נישט האבנדיק די תורה, טאן פון זייער טבע לויט (ווי) די תורה (שרייבט פאר), זיי, הגם נישט האבנדיק קיין תורה, זענען א תורה פאר זיך אליין. ‏15 זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק; ‏16 אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן. לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע*. ‏17 אבער אויב דו רופסט דיך ייד און שטיצטסט דיך אויף דער תורה און בארימסט דיך מיט ה׳, ‏18 און קענסט זיין רצון און, ווייסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס, זייענדיק געלערנט אין דער תורה, ‏19 און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער, ‏20 א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי‑מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה; ‏21 דעריבער דו, וואס לערנסט אן אנדערן, פארוואס לערנסטו נישט דיך אליין? דו דרשנסט, מען זאל נישט גנבענען, און אליין גנבעסטו! ‏22 דו, וואס זאגסט, מען זאל נישט מזנה זיין, ביסטו מזנה! דו פאראומווירדיקסט די געצן, בארויבסטו דעם געצן טעמפל? ‏23 דו, וואס בארימסט דיך מיט דער תורה, שענדסט דו ה׳ דורך עובר זיין די תורה! ‏24 ווארום ה׳ס נאמען ווערט דורך אייך געלעסטערט צווישן די פעלקער, אזוי ווי עס שטייט געשריבן. (ישעיה נב, ה.) ‏25 ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה. ‏26 דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה? ‏27 און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה? ‏28 ווייל נישט דער איז א ייד, וואס איז (א ייד) אויסערלעך, מילה איז אויך נישט דאס, וואס איז בלויז אויסערלעך אינם גוף; ‏29 נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳.