קאפיטל דריי
‏1 און איך, ברידער, האב נישט געקענט רעדן צו אייך ווי צו רוחניותדיקע (מענטשן) נאר ווי צו פליישלעכע, ווי צו זייגעדיקע קינדער אינם משיח. ‏2 מילך האב איך אייך געגעבן צו טרינקען, נישט קיין מאכל; ווארום איר האט עס נישט געקענט פארטראגן; און אפילו איצט קענט איר עס נאך אויך נישט פארטראגן; ‏3 ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און וואנדלט ווי (פשוטע) מענטשן? ‏4 ווארום ווען איינער זאגט: איך בין פון פוילוסן; און אן אנדערער: איך בין פון אפאלאסן: זענט איר (דען) נישט (פשוטע) מענטשן? ‏5 וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן. ‏6 איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן. ‏7 אזוי ארום איז שוין דער פלאנצער גארנישט, און דער באוואסערער גארנישט; נאר ה׳, וועלכער מאכט וואקסן. ‏8 דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע. ‏9 ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
‏10 לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען. ‏11 ווארום קיינער קען נישט לייגן קיין אנדערן יסוד, אחוץ דעם, וואס ליגט (שוין), וועלכער איז יהושע/ישוע* המשיח. ‏12 אויב אבער עמיצער בויט אויף דעם דאזיקן יסוד גאלד, זילבער, טייערע שטיינער, האלץ, היי, שטרוי, ‏13 וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז. ‏14 וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר. ‏15 וועט עמיצנס ארבעט פארברענט ווערן, וועט ער ליידן שאדן; אליין אבער וועט ער ניצול ווערן; דאך ווי דורך פייער.
‏16 צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך? ‏17 אויב עמיצער צעשטערט ה׳ס היכל, וועט ה׳ אים צעשטערן; ווייל ה׳ס היכל איז הייליק, און איר זענט עס.
‏18 זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו *נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג. ‏19 ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.) ‏20 און ווידער: דער האר ווייסט די מחשבות פון די חכמים, אז זיי זענען פוסט. (תהלים צד, יא.) ‏21 זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס, ‏22 צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך, ‏23 און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳.