קאפיטל פיר
1 אזוי זשע זאל אונדז (יעדער) מענטש באטראכטן, ווי משרתים פונם משיח און ווי פארוואלטער פון די סודות פון ה׳. 2 דא איבריקנס ווערט פארלאנגט ביי פארוואלטער, אז יעדער איינער זאל געפונען ווערן געטריי. 3 פאר מיר אבער איז עס א קלייניקייט געמשפט צו ווערן פון אייך, אדער פון א מענטשלעכן יום (הדין); אפילו אליין משפט איך מיך אויך נישט. 4 ווייל איך ווייס גארנישט קעגן מיר אליין; נאר מיט דעם דאזיקן בין איך (נאך) נישט גערעכטפערטיקט; עס איר אבער דער האר, וועלכער איז מיין שופט. 5 דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינסטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
6 און דאס, ברידער, האב איך אנגעווענדט אויף מיר אליין און אויף אפאלאסן פון אייערטוועגן; כדי איר זאלט אין אונדז לערנען (וואס עס באטייט): נישט אויסער פון דעם, וואס עס שטייט געשריבן! כדי קיינער זאל זיך נישט אויפבלאזן פאר דעם איינעם קעגן דעם אנדערן. 7 ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען? 8 שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך. 9 ווארום עס שיינט מיר אויס, אז ה׳ האט אונדז, די שליחים, אויסגעשטעלט אלס (סאמע) לעצטע, ווי פארמשפטע צום טויט; ווייל מיר זענען געווארן א ספעקטאקל פאר דער וועלט און פאר מלאכים און פאר מענטשן. 10 מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה. 11 ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים; 12 און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס; 13 באליידיקט מען אונדז, רעדן מיר זיסע רייד; ווי דאס אויסקערעכץ פון דער וועלט זענען מיר געווארן, אלעמענס אפפאל ביז אצונד.
14 נישט אייך צו פארשעמען שרייב איך דאס, נאר, ווי געליבטע קינדער מיינע, אייך צו זאגן מוסר. 15 ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע* האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה. 16 דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער. 17 אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע*, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה. 18 אייניקע האבן זיך אויפגעבלאזן, גלייך ווי איך וואלט נישט געקומען צו אייך. 19 איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אויפגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע. 20 ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נישט אין ווארט, נאר אין גבורה. 21 וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם *גייסט פון ענווה?