קאפיטל פינף
1 אומעטום הערט מען וועגן זנות ביי אייך, און אזא זנות, וואס (טרעפט זיך) אפילו נישט ביי די גויים, אז עמיצער זאל האבן דעם פאטערס ווייב. 2 און איר זענט אויפגעבלאזן? האט איר נישט ליבער געדארפט טרויערן, כדי דער, וועלכער טוט אזא מעשה, זאל אוועקגענומען ווערן פון אייער מיט? 3 ווארום איך, הגם ווייט פון אייך וואס שייך דעם גוף, אבער מיט אייך אינם *גייסט, האב שוין געמשפט, גלייך ווי איך וואלט געווען אנוועזנד, דעם, וועלכער האט דאס דאזיקע אזוי געטאן, 4 אז אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע*, בשעת איר וועט זיך צוזאמענקומען און מיין *גייסט מיט אייך מיט דער גבורה פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע*, 5 איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער *גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר. 6 אייער בארימען זיך איז נישט גוט. צי ווייסט איר דען נישט, אז א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג? 7 רוימט זשע אויס דאס אלטע חמץ, כדי איר זאלט ווערן א ניי טייג; אזוי ווי איר זענט מצות. ווארום אויך אונדזער (קרבן) פסח איז מקריב געווארן, דער משיח; 8 לאמיר זשע אזוי האלטן יום טוב, נישט מיטן אלטן חמץ, אויך נישט מיטן חמץ פון רשעות און בייז, נאר מיט די מצות פון לויטערקייט און אמת.
9 איך האב אייך געשריבן אין א בריוו, אז איר זאלט זיך נישט מישן מיט זונים; 10 דאך (הייסט דאס נישט) בכלל נישט מיט די זונים פון דער וועלט, אדער מיט די געלטגייציקע און גזלנים, אדער געצנדינער; ווייל איר וואלט דאן געדארפט ארויסגיין פון דער וועלט; 11 איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען. 12 ווארום וואס האט עס צו טאן מיט מיר צו משפטן די, וואס זענען אויסערהאלב (פון דער קהלה)? איר משפט דאך אפילו נישט די, וועלכע זענען אינעווייניק! 13 די אבער אינדרויסן וועט ה׳ משפטן. רוימט אויס דעם שלעכטן מענטשן פון צווישן אייך.