קאפיטל זעקס
1 ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים? 2 אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן? 3 צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות! 4 און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך, דיני ממונות זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים? 5 צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקאנט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער? 6 נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע! 7 איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן? 8 נאר איר אליין טוט עוולות און בארויבט, און דאס דאזיקע (טוט איר צו) ברידער! 9 אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער, 10 נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. 11 און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.
12 אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער נישט אלץ איז גוט (פאר מיר). אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער איך וויל פון גארנישט ווערן באהערשט. 13 מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף; 14 און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה. 15 צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! 16 אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 17 דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין *גייסט. 18 אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. 19 אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, 20 ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!