קאפיטל ניין
‏1 ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך; ‏2 ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי. ‏3 איך האב אבער געשיקט די ברידער, כדי אונדזער בארימען זיך מיט אייך זאל נישט זיין אומזיסט אין דער דאזיקער זאך, כדי, ווי איך האב געזאגט, איר זאלט זיין צוגעגרייט, ‏4 טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון. ‏5 איך האב עס דעריבער געהאלטן פאר נויטווענדיק צו בעטן די ברידער, אז זיי זאלן גיין פארויס צו אייך, און פון פריער צוגרייטן אייער שוין לאנגצוגעזאגטע ברכה, אז די דאזיקע זאל זיין גרייט ווי א ברכה, און נישט ווי אן אויספרעסונג.
‏6 (באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה. ‏7 יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב! ‏8 און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים; ‏9 ווי עס שטייט געשריבן:
ער האט צעשפרייט, ער האט געגעבן צו די ארומעלייט;
זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק.
(תהלים קיב, ט.)
‏10 און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; ‏11 כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז. ‏12 ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳; ‏13 און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען; ‏14 און זיי אליין, דורך תפילות פאר אייערטוועגן, בענקען זיי נאך אייך צוליב דעם שפעדיקן חסד פון ה׳ אויף אייך. ‏15 א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!