קאפיטל אכט
‏1 און מיר לאזן אייך וויסן, ברידער, דעם חסד פון ה׳, וואס איז געגעבן געווארן אין די קהלות פון מאצעדאניען; ‏2 אז אין א גרויסן נסיון פון צרות, האט די שפע פון זייער פרייד און זייער טיפע ארעמקייט איבערגעפלאסן צו אן עשירות פון זייער מילדהארציקייט. ‏3 ווייל לויט זייערע כוחות, יא, איך זאג עדות, איבער זייערע כוחות, האבן זיי מנדב געווען, ‏4 בעטנדיק אונדז מיט פיל תחנונים פאר דעם חסד און חברותאשאפט פון דער עבודה לטובת די קדושים; ‏5 און נישט ווי מיר האבן געהאפט, נאר זיך אליין האבן זיי קודם כל געגעבן צום האר, און צו אונדז דורך ה׳ס רצון, ‏6 אז מיר האבן מזהיר געווען טיטוסן, אז ווי ער האט פריער אנגעהויבן, אזוי זאל ער אויך פארענדיקן אין אייך אויך דעם דאזיקן חסד. ‏7 יא, ווי איר האט אין אלעם א שפע, אין אמונה און אין ווארט און אין וויסן און אין יעדן פלייס און אין אייער ליבע צו אונדז, אזוי זאלט איר האבן א שפע אפילו אין דעם דאזיקן חסד. ‏8 איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע. ‏9 ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך. ‏10 און אין דעם דאזיקן גיב איך מיין מיינונג; ווארום דאס איז נוצלעך פאר אייך, וועלכע האבן מיט א יאר צוריק אנגעהויבן נישט בלויז צו טאן נאר אויך צו באגערן. ‏11 איצט אבער פארענדיקט אויך דאס טאן; אז פונקט ווי איר האט געהאט דעם חשק צום וועלן, אזוי זאל אויך זיין די פארענדיקונג פון דעם, וואס איר האט. ‏12 ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט. ‏13 ווארום (איך זאג) עס נישט, כדי אנדערע זאלן האבן א דערלייכטערונג און איר זאלט האבן באדריקונג, נאר אויס גלייכהייט: ‏14 אין דער איצטיקער צייט זאל אייער שפע זיין פאר זייער נויטבאדארפטיקייט, כדי אויך זייער שפע זאל זיין פאר אייער נויטבאדארפטיקייט, אזוי, אז עס זאל זיין גלייכהייט; ‏15 ווי עס שטייט געשריבן: דער, וואס האט פיל (געזאמלט), האט נישט געהאט איבעריק, און דער, וואס האט ווייניק (געזאמלט) האט נישט געהאט נויט. (שמות טז, יח.)
‏16 א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן. ‏17 ווייל ער האט טאקע אנגענומען אונדזער בקשה; נאר זייענדיק זייער אייפריק, איז ער פרייוויליק אוועק צו אייך. ‏18 און מיר האבן מיטגעשיקט מיט אים דעם ברודער, וועמעס לויב אין דער גוטער בשורה (גייט) איבער אלע קהלות; ‏19 נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג, ‏20 אויסמיידנדיק דאס דאזיקע, אז קיינער זאל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אונדז וואס שייך דער דאזיקער רייכער מתנה, וואס ווערט פון אונדז באזארגט; ‏21 ווארום מיר באמיען דיך (צו טאן) גוטס נישט בלויז פאר דעם האר, נאר אויך פאר מענטשן. ‏22 און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך. ‏23 און וואס שייך טיטוסן, איז ער מיין חבר און מיטארבעטער צווישן אייך; און וואס שייך אונדזערע ברידער, זענען זיי שליחים פון קהלות, משיחס כבוד. ‏24 ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.