קאפיטל צוועלף
‏1 איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר. ‏2 איך קען א מענטשן אין דעם משיח, וואס פאר פערצן יאר—צי אינם גוף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— איז דער זעלביקער ארויפגענומען געווארן ביז צום דריטן הימל; ‏3 און איך ווייס, אז דער זעלביקער מענטש—צי אינם גוף, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— ‏4 איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן. ‏5 מיט אזעלכן וועל איך מיך בארימען; אבער מיט מיר אליין וועל איך מיך נישט בארימען, אחוץ מיט די שלאפקייטן מיינע. ‏6 ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין *נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר. ‏7 און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייכן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייכן. ‏8 פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר. ‏9 און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר. ‏10 דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין *שלאף, דעמאלט בין איך א גבור. ‏11 איך האב מיך געמאכט צו *נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט. ‏12 די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות. ‏13 ווארום מיט וואס זענט איר נידריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה!
‏14 אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחויב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער. ‏15 איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט? ‏16 נאר זאל עס זיין אזוי, איך האב אייך פארט נישט באלעסטיקט; נאר ווייל איך בין כיטרע, האב איך אייך געפאנגען מיט כיטרעקייט. ‏17 צי האב איך אייך דען אויסגענוצט דורך עמיצן פון די, וועמען איך האב געשיקט צו אייך? ‏18 איך האב געבעטן טיטוסן, און האב מיטגעשיקט דעם ברודער. צי האט טיטוס אייך אויסגענוצט? צי האבן מיר דען נישט געהאנדלט אין דעם זעלביקן *גייסט? צי נישט אין די זעלביקע פוסטריט? ‏19 שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג. ‏20 ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין געצאנק, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען; ‏21 טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער אומזויבערקייט און זנות און פארשייטקייט, וואס זיי האבן געטריבן.