קאפיטל פינף
1 ווארום מיר ווייסן, אז ווען דאס געצעלט, אונדזער ערדיש הויז, וועט צעשטערט ווערן, האבן מיר א בנין פון ה׳, א הויז, נישט מיט הענט געמאכט, אן אייביקס, אין הימל. 2 ווארום אין דעם דאזיקן זיפצן מיר, בענקענדיק אנגעקליידט צו ווערן מיט אונדזער וואוינונג, וואס איז פון הימל; 3 און אויב מיר וועלן טאקע אנגעקליידט ווערן, וועלן מיר נישט געפונען ווערן נאקעטע. 4 ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן. 5 און דער, וועלכער האט אונדז צוגעגרייט דערצו, איז ה׳, וואס האט אונדז אויך געגעבן דעם ערבון פון דעם גייסט. 6 דעריבער זענען מיר תמיד געטרייסט און ווייסן, אז כל זמן מיר וואוינען אינם גוף, זענען מיר נישט אינדערהיים ביי דעם האר. 7 ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח. 8 מיר זענען געטרייסט, און ווילן ליבער אויסוואנדערן פון דעם גוף און זיין אינדערהיים ביים האר. 9 דערפאר שטרעבן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאר אים. 10 ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.
11 דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס. 12 מיר רעקאמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאר געבן אייך א געלעגנהייט זיך צו רימען מיט אונדז, כדי איר זאלט האבן עפעס קעגן די, וועלכע בארימען זיך מיטן פנים און נישט מיטן הארצן. 13 ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן. 14 ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן; 15 און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען. 16 דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער. 17 דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! 18 און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיה נג, ה) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; 19 ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכנענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.
20 מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיה נג, ה)! 21 ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיה נג, ט), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיה נג, ו) פאר אונדזערטוועגן (ישעיה נג, ה); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיה נג, יא).