קאפיטל זעקס
1 און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט! 2 ווארום ער זאגט:
אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט,
און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן;
(ישעיהו מט, ח.)
זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה; 3 נישט געבנדיק קיינעם קיין מכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד; 4 נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים, 5 אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים, 6 אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין לאנגמוטיקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע, 7 אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס, 8 דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע; 9 ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע; 10 ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארומעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.
11 אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן. 12 אייך איז נישט ענג אין אונדז, איר אבער זענט באגרענעצט אין אייערע אייגענע עמאציעס. 13 (גיט אונדז) אבער די זעלביקע פארגעלטונג—ווי צו קינדער רעד איך—ווערט אליין אויך ברייטהארציק.
14 ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינסטערניש? 15 און וואס פאר אן איינקלאנג גיבט עס צווישן משיח און בליעל? אדער וואס פאר א חלק האט דער מאמין מיט דעם אומגלויביקן? 16 און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט:
איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי;
און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
(ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.)
17 דעריבער:
גייט ארויס פון זייער מיט,
און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט),
און רירט נישט אָן קיין טמא זאך;
(ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.)
און איך וועל אייך אויפנעמען,
18 און וועל זיין צו אייך א פאטער,
און איר וועט זיין צו מיר זין און טעכטער,
(ירמיהו לא, ח; לב, לח; ל, כה.)
זאגט דער האר (ג‑ט), דער אלמעכטיקער.