קאפיטל דריי
‏1 צי הויבן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאמענדירן? אדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע (אנדערע), אין רעקאמענדירונגס בריוו צו אייך, אדער פון אייך? ‏2 איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן; ‏3 ווייל איר האט זיך ארויסגעוויזן, אז איר זענט משיחס א בריוו דורך אונדז צוגעגרייט, נישט מיט טינט, נאר מיט דעם גייסט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; נישט אויף שטיינערנע לוחות, נאר אויף פליישערנע לוחות פון הערצער. ‏4 און אזא בטחון האבן מיר דורך דעם משיח צו ה׳; ‏5 נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער באפעאיקונג איז פון ה׳, ‏6 וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק. ‏7 און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.) ‏8 וויאזוי זשע וועט דען נישט די עבודה פונם גייסט זיין מיט מער הערלעכקייט? ‏9 ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט! ‏10 ווארום אפילו דאס הערלעכע איז גארנישט געווען הערלעך אין דער מאס צוליב דער איבערוועלטיקנדיקער הערלעכקייט. ‏11 ווארום אויב דאס, וואס פארגייט איז געווען מיט הערלעכקייט, א סך מער מיט הערלעכקייט איז דאס, וואס האט א קיום.
‏12 האבנדיק דעריבער אזא האפנונג, רעדן מיר פיל פתחון פה, ‏13 און נישט ווי משה, וועלכער האט אנגעטאן א מסוה אויף זיין פנים, כדי די בני ישראל זאלן נישט בליקן אויף דעם סוף פון דעם, וואס האט דאך געזאלט אויפהערן; ‏14 נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח. ‏15 יא ביז דעם היינטיקן טאג, ווען (תורת) משה ווערט געלייענט, ליגט א מסוה אויף זייער הארץ. ‏16 ווען אבער (דאס יידישע פאלק) וועט זיך אומקערן צום האר, וועט די מסוה אוועקגענומען ווערן. ‏17 דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט. ‏18 און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.