קאפיטל צוויי
‏1 און איך האב ביי מיר אפגעמאכט דאס דאזיקע, נישט ווידער צו קומען צו אייך מיט עצבות. ‏2 ווארום אויב איך מאך אייך טרויעריק, ווער זשע איז עס, וואס איז מיך משמח, אויב נישט דער, וועלכער איז טרויעריק איבער מיר? ‏3 און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה. ‏4 ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך.
‏5 נאר אויב עמיצער האט באטריבט, האט ער באטריבט נישט מיך, נאר טיילווייז אייך אלע—כדי איך זאל (אים) נישט צו שווער באלאסטן— ‏6 פאר אזעלכן איז גענוג די שטראף, וואס ער האט באקומען פון דער מערהייט; ‏7 אזוי, אז להיפך איר זאלט אים ליבער מוחל זיין און טרייסטן, כדי דער זעלביקער זאל נישט פארזינקען אין איבערמאסיקן צער. ‏8 דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט באשטעטיקן אים (ארויסצואווייזן) ליבע. ‏9 ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם. ‏10 און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח, ‏11 כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.
‏12 און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר, ‏13 האב איך נישט געהאט קיין מנוחה אין מיין *גייסט, ווייל איך האב נישט געפונען מיין ברודער טיטוס; נאר האב מיך געזעגנט מיט זיי און בין אוועק קיין מאצעדאניען. ‏14 א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש. ‏15 ווייל מיר זענען א ריח ניחוח פון דעם משיח פאר ה׳, צווישן די, וואס ווערן געראטעוועט, און צווישן די, וואס ווערן פארלוירן; ‏16 צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן? ‏17 ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.