קאפיטל צען
‏1 ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים; ‏2 און אלע זענען מקווה געטובלט געווארן צו משהן אין דעם וואלקן און אין דעם ים; ‏3 און אלע האבן געגעסן די זעלביקע רוחניותדיקע שפייז; ‏4 און אלע האבן געטרונקען דאס זעלביקע רוחניותדיקע געטראנק; ווארום זיי האבן געטרונקען פון דעם רוחניותדיקן פעלדזנשטיין, וועלכער האט זיי באגלייט; און דער פעלדזנשטיין איז געווען דער משיח. ‏5 נאר אין די מערסטע פון זיי האט ה׳ נישט געהאט קיין וואוילגעפעלן; ווארום זיי זענען אומגעקומען אין דער מדבר. ‏6 און די דאזיקע זאכן זענען געשען אלס פארבילדער פאר אונדזערטוועגן, כדי מיר זאלן נישט גלוסטן צום בייזן, ווי יענע האבן געגלוסט. ‏7 און איר זאלט אויך נישט זיין קיין געצנדינער, ווי א טייל פון זיי; ווי עס שטייט געשריבן: דאס פאלק האט זיך אנידערגעזעצט צו עסן און טרינקען, און זענען אויפגעשטאנען צו שפילן. (שמות לב, ו.) ‏8 און לאמיר אויך נישט מזנה זיין, ווי א טייל פון זיי האבן מזנה געווען, און עס זענען געפאלן אין איין טאג דריי און צוואנציק טויזנט. ‏9 לאמיר אויך נישט אויספרואוון דעם האר (ג‑ט), ווי א טייל פון זיי האבן אויסגעפרואווט, און זענען אומגעקומען פון די שלאנגען. ‏10 מורמלט אויך נישט, ווי א טייל פון זיי האבן געמורמלט, און זענען אומגעקומען דורך דעם משחית. ‏11 דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל. ‏12 דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן. ‏13 קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
‏14 דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט. ‏15 איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג. ‏16 דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח? ‏17 ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט. ‏18 קוקט אויף ישראל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קרבנות, אנטיילנעמער אין דעם מזבח? ‏19 וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס? ‏20 נאר אז וואס די גויים זענען מקריב, זענען זיי מקריב צו טייוולאנים און נישט צו ה׳; און איך וויל נישט, אז איר זאלט קומען אין חברותאשאפט מיט טייוולאנים. ‏21 איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים. ‏22 אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים?
‏23 אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער טויג. אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער בויט אויף. ‏24 זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה). ‏25 אלץ, וואס מען פארקויפט אין דער יאטקע, זאלט איר עסן, און נישט חוקר זיין צוליב דעם געוויסן; ‏26 ווארום די ערד איז דעם הארס (ה׳ס), און איר פולקייט. (תהלים כד, א.) ‏27 און אויב עמיצער פון די אומגלויביקע וועט אייך פארבעטן אויף א סעודה, און איר ווילט גיין, זאלט איר עסן אלץ, וואס מען וועט אוועקשטעלן פאר אייך, און נישט נאכפרעגן צוליב דעם געוויסן. ‏28 אויב אבער עמיצער וועט צו אייך זאגן: דאס דאזיקע איז א געצנקרבן—זאלט איר עס נישט עסן צוליב יענעם, וועלכער האט עס אייך דערמאנט, און צוליב דעם געוויסן: ‏29 געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן? ‏30 אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה? ‏31 דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד. ‏32 זייט נישט קיין מכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳; ‏33 אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.