קאפיטל ניין
1 צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע*? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר? 2 אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר. 3 מיין פארטיידיקונג פאר די, וועלכע משפטן מיך, איז דאס: 4 צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען? 5 צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא. 6 אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן? 7 ווען דינט עס א זעלנער אויף זיינע אייגענע הוצאות? ווער פלאנצט עס א וויינגארטן, און עסט נישט זיין פרוכט? אדער ווער פאשעט א סטאדע, און עסט נישט פון דער מילך פון דער סטאדע? 8 איך רעד דאס פשוט ווי א מענטש? צי זאגט עס דען נישט אפילו די תורה? 9 ווארום אין תורת משה שטייט געשריבן: דו זאלסט נישט פארשליסן אן אקס דאס מויל, ווען ער דרעשט. (דברים כה, ד.) צי זארגט זיך דען ה׳ (נאר) פאר אקסן? 10 אדער זאגט ער עס פאר אונדזערטוועגן בכלל? יא, פאר אונדזערטוועגן איז עס געשריבן געווארן; ווייל דער אקערער דארף אקערן מיט האפנונג, און דער דרעשער מיט האפנונג צו האבן א חלק. 11 אויב מיר האבן אייך פארזייט רוחניותדיקע זאכן, איז עס אזא גרויסע זאך, אויב מיר זאלן שניידן אייערע גשמיותדיקע זאכן? 12 אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח. 13 צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וועלכע באשעפטיקן זיך מיט הייליקע עבודות, עסן פון די זאכן אין בית המקדש, און די, וועלכע באדינען ביים מזבח, האבן א חלק אין מזבח? 14 און אזוי האט אויך דער האר מתקן געווען פאר די, וועלכע זאגן אָן די בשורה טובה, צו לעבן פון דער בשורה טובה. 15 איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום. 16 ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה! 17 ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט. 18 וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחנם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה. 19 ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען. 20 און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה; 21 צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה. 22 איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע. 23 און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר. 24 צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען. 25 און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע. 26 דעריבער לויף איך אזוי, נישט ווי אין דער פינסטער; אזוי באקס איך, נישט ווי איינער, וואס שלאגט די לופט; 27 נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.