קאפיטל עלף
1 זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח.
2 איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן. 3 איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳. 4 יעדער מאן, ווען ער טוט תפילה אדער זאגט נבואות און זיין קאפ איז צוגעדעקט, פארשעמט זיין קאפ. 5 און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט. 6 ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די *האר), זאל זי זיך פארהילן. 7 ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחויב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן. 8 ווארום נישט דער מאן איז פון דער פרוי, נאר די פרוי פון דעם מאן; 9 אויך איז דער מאן נישט באשאפן געווארן צוליב דער פרוי, נאר די פרוי צוליב דעם מאן; 10 דערפאר איז די פרוי מחויב צו האבן (א צייכן פון מאנס) הערשאפט אויפן קאפ פאר די מלאכימס וועגן. 11 דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר. 12 ווייל ווי די פרוי איז פון דעם מאן, אזוי איז דער מאן אויך דורך דער פרוי; אלץ אבער איז פון ה׳. 13 משפט איר ביי זיך אליין: איז עס שיין, אז א פרוי זאל תפילה טאן צו ה׳ אומפארהילטערהייט? 14 צי לערנט דען אייך נישט די נאטור אליין, אז אויב א מאן האט לאנגע *האר, איז עס אן אומכבוד פאר אים? 15 א פרוי אבער, אויב זי האט לאנגע *האר, איז עס איר פראכט; ווייל די לאנגע *האר זענען איר געגעבן געווארן ווי א שלייער. 16 אויב אבער עמיצער האט בדעה צו זיין א ליבהאבער פון מחלוקות, האבן מיר נישט אזא געוואוינהייט, די קהלות פון ה׳ אויך נישט.
17 און אנזאגנדיק אייך דאס דאזיקע, לויב איך אייך נישט, ווייל איר קומט זיך צונויף נישט צום בעסערן, נאר צום ערגערן. 18 ווארום ערשטנס הער איך, אז ווען איר פארזאמלט זיך אין דער קהלה, זענען פאראן מחלוקות צווישן אייך; און א טייל דערפון גלויב איך. 19 ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך. 20 און ווען איר קומט זיך צוזאמען, איז עס נישט כדי צו עסן די סעודה פון דעם האר; 21 ווארום יעדער איינער נעמט פארויס זיין אייגן מאלצייט בשעת דעם עסן; און איינער איז הונגעריק, און אן אנדערער איז שכור. 22 צי האט איר דען נישט קיין הייזער, (וואו) צו עסן און טרינקען? אדער זענט איר מבזה די קהלה פון ה׳? און פארשעמט די, וואס האבן נישט? וואס זאל איך אייך זאגן? זאל איך אייך לויבן? פאר דעם לויב איך אייך נישט. 23 ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע* האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט; 24 און מאכנדיק א ברכה, האט ער עס צעבראכן און געזאגט: דאס איז מיין גוף, וועלכער ווערט געבראכן פאר אייערטוועגן; טוט דאס דאזיקע לזכרון פון מיר. 25 אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר. 26 ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען. 27 פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. 28 נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס. 29 ווארום ווער עס עסט און טרינקט אומווירדיק, דער עסט און טרינקט א משפט פאר זיך, ווייל ער האט נישט געמאכט קיין הבדל צווישן דעם הארס גוף. 30 צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט). 31 אויב אבער מיר וואלטן זיך אליין אויסגעפארשט, וואלטן מיר נישט געמשפט געווארן. 32 ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט. 33 דערפאר, ברידער מיינע, ווען איר קומט זיך צונויף צו עסן, *ווארט איינער אויף דעם אנדערן. 34 און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.