קאפיטל ניינצן
1 דעמאלט האט פילאטוס גענומען יהושען/ישוען* און אים געלאזט שמייסן. 2 און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש. 3 און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פעטש. 4 און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים. 5 און יהושע/ישוע* איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש! 6 ווען די הויפט כהנים און זייערע משרתים האבן אים געזען, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אויף דער בוים אים! אויפהענגען אויף דער בוים אים! (שמואל ב יח, ט-יד.) זאגט פילאטוס צו זיי: נעמט איר און אויפהענגען אויף דער בוים אים, ווארום איך געפין נישט אין אים קיין שולד. 7 האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון. 8 און ווען פילאטוס האט געהערט דאס א דאזיקע ווארט, האט ער זיך נאך מער געפארכטן; 9 און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען*: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע* אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער. 10 פילאטוס זאגט דעריבער צו אים: צו מיר רעדסטו נישט? ווייסטו דען נישט, אז איך האב מאכט דיך צו באפרייען, און האב מאכט דיך צו אויפהענגען אויף דער בוים? 11 האט יהושע/ישוע* געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר. 12 פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר. 13 ווען זשע פילאטוס האט געהערט די דאזיקע ווערטער, האט ער ארויסגעפירט יהושען/ישוען*, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער טריבונאל שטול, אויף דעם ארט, וואס הייסט ליטאסטראטאס, און אויף לשון קודש גבתא (אויספלאסטערונג). 14 און עס איז געווען ערב פסח, ארום דער זעקסטער שעה. און ער האט געזאגט צו די יידן: זע, אייער מלך! 15 און זיי האבן א געשריי געטאן: אוועק, אוועק! אויפהענגען אויף דער בוים אים! זאגט פילאטוס צו זיי: דעם מלך אייערן זאל איך אויפהענגען אויף דער בוים אים? האבן די הויפט כהנים געענטפערט: מיר האבן נישט קיין מלך אחוץ דעם קיסר! 16 האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן.
זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען*; 17 און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא; 18 וואו זיי האבן אים אויפהענגען אויף דער בוים, און מיט אים אנדערע צוויי, אויף ביידע זייטן, און יהושען/ישוען* אין דער מיט. 19 און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע* פון נצרת מלך היהודים. 20 און א סך פון די יידן האבן געלייענט דעם דאזיקן טיטל, ווייל דאס ארט, וואו יהושע/ישוע* איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען נאנט צו דער שטאט; און עס איז געווען געשריבן אויף לשון קודש, לאטייניש און גריכיש. 21 און די הויפט כהנים פון די יידן האבן געזאגט צו פילאטוסן: שרייב נישט: דער מלך פון די יידן; נאר אז ער האט געזאגט: איך בין דער מלך פון די יידן. 22 האט פילאטוס געענטפערט: וואס איך האב געשריבן, האב איך געשריבן!
23 און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען*, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ). 24 זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך,
און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל.
(תהלים כב, יט.)
און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן. 25 און ביים בוים פון יהושען/ישוען* זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. 26 און ווען יהושע/ישוע* האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! 27 דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
28 נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע* האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק! 29 דארט איז געשטאנען א געפעס פול מיט עסיק. און זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אן אזוב שטענגל א שוואם אנגעפילט מיט עסיק און אים דערלאנגט צום מויל. 30 און ווען יהושע/ישוע* האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
31 און ווייל עס איז געווען ערב שבת, כדי די גופים זאלן נישט בלייבן דעם שבת אויפן בוים—ווארום יענער שבת איז געווען שבת הגדול—האבן די יידן געבעטן פילאטוסן, אז מען זאל צעברעכן די ביינער פון די גופים, און זיי אראפנעמען. 32 זענען געקומען די זעלנער און האבן דעם ערשטן צעבראכן די ביינער און דעם אנדערן, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן מיט אים אויף דער בוים. 33 קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען*, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער. 34 נאר איינער פון די זעלנער האט אים אדורכגעשטאכן די *זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער. 35 און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן. 36 ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן:
קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן.
(שמות יב, מו.)
37 און ווידער אן אנדערער פסוק זאגט:
זיי וועלן קוקן אויף אים,
וועמען זיי האבן אדורכגעשטאכן.
(זכריה יב, י.)
38 און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען*, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף. 39 און נקדימון איז אויך געקומען, (דער, וואס איז דאס ערשטע מאל געקומען צו יהושען/ישוען* ביינאכט) ברענגענדיק צו טראגן א געמישטע זאלב פון מירע און אלאע, אן ערך הונדערט פונט. 40 און זיי האבן גענומען ישועס גוף און אים איינגעוויקלט אין תכריכים מיט די געווירצן לויט דעם מנהג ביי יידן מקבר צו זיין. 41 און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. 42 און דארטן—צוליב דעם ערב שבת ביי יידן, ווייל דאס קבר איז געווען נאנט—האבן זיי געלייגט יהושען/ישוען*.