קאפיטל אכצן
‏1 האבנדיק דאס געזאגט, איז יהושע/ישוע* ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע תלמידים איבער דעם טייך קדרון, וואו עס איז געווען א גארטן, אין וועלכן ער איז אריינגעגאנגען מיט זיינע תלמידים. ‏2 און אויך יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געקענט דאס ארט, ווייל א סך מאל איז יהושע/ישוע* זיך דארטן צוזאמענגעקומען מיט די תלמידים זיינע. ‏3 און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין. ‏4 און יהושע/ישוע* האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר? ‏5 האבן זיי אים געענטפערט: יהושען/ישוען* פון נצרת! זאגט ער צו זיי: איך בין עס! און יהודה, וואס האט אים פארראטן, איז געשטאנען מיט זיי. ‏6 און ווי יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: איך בין עס! זענען זיי געגאנגען הינטערוויילעכס און זענען אנידערגעפאלן צו דער ערד. ‏7 און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען* פון נצרת! ‏8 האט יהושע/ישוע* געענטפערט: איך האב דאך אייך געזאגט, אז איך בין עס! און אויב איר זוכט מיך, לאזט די דאזיקע גיין; ‏9 כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס ער האט געזאגט: די, וואס דו האסט מיר געגעבן, פון זיי האב איך קיין איינעם נישט פארלוירן. ‏10 און שמעון פעטרוס, האבנדיק א שווערד, האט זי ארויסגעצויגן, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט דאס רעכטע אויער. און דער קנעכט האט געהייסן מלכוס. ‏11 יהושע/ישוע* האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?
‏12 און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען* און אים געבונדן (עקידה), ‏13 און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר. ‏14 און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק. ‏15 און שמעון פעטרוס און אן אנדערער תלמיד האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען*. און יענער תלמיד איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, און ער איז אריינגעגאנגען מיט יהושען/ישוען* אין הויף פון דעם כהן גדול. ‏16 פעטרוס אבער איז געשטאנען ביי דער טיר אינדרויסן. דער אנדערער תלמיד, וואס איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, איז דעריבער ארויסגעגאנגען און האט גערעדט מיט דער טיר וועכטערין, און אריינגעפירט פעטרוסן. ‏17 און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט. ‏18 און די קנעכט און די משרתים זענען געשטאנען און האבן זיך געווארעמט ביי א פייער, וואס זיי האבן געמאכט פון האלצקוילן, ווייל עס איז געווען קאלט; און פעטרוס איז אויך געווען מיט זיי, שטייענדיק און ווארעמענדיק זיך.
‏19 און דער כהן גדול האט אויסגעפרעגט יהושען/ישוען* וועגן זיינע תלמידים און וועגן זיין לערנונג. ‏20 האט יהושע/ישוע* אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט. ‏21 וואס פרעגסטו מיך? פרעג די צוהערער וואס איך האב צו זיי גערעדט; זע, זיי ווייסן, וואס איך האב געזאגט. ‏22 און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען* א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול? ‏23 האט יהושע/ישוע* אים געענטפערט: אויב איך האב שלעכט גערעדט, זאג עדות וועגן דעם שלעכטן; אויב אבער (איך האב גערעדט) גוט, וואס שלאגסטו מיך? ‏24 און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
‏25 שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט! ‏26 זאגט צו אים איינער פון דעם כהן גדולס קנעכט, וואס איז געווען א קרוב פון דעם, וועמען פעטרוס האט אפגעהאקט דאס אויער: צי האב איך דיך דען נישט געזען אינם גארטן מיט אים? ‏27 פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט. ‏28 דאן האט מען יהושען/ישוען* אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח. ‏29 פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן? ‏30 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען טאן קיין בייז, וואלטן מיר אים נישט איבערגעגעבן צו דיר. ‏31 פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן; ‏32 כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.
‏33 פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען*, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן? ‏34 האט יהושע/ישוע* געענטפערט: זאגסטו דאס דאזיקע פון דיר אליין, אדער האבן אנדערע עס דיר געזאגט וועגן מיר? ‏35 פילאטוס האט געענטפערט: בין איך דען א ייד? דאס פאלק דיינס און די הויפט כהנים האבן דאך דיך איבערגעגעבן צו מיר; וואס האסטו געטאן? ‏36 האט יהושע/ישוע* געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען. ‏37 פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע* געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.
‏38 זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים! ‏39 עס איז אבער א מנהג ביי אייך, אז איך זאל אייך אפלאזן איינעם אויף פסח; צי ווילט איר איך זאל אייך אפלאזן דעם מלך פון די יידן? ‏40 און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א רויבער.