קאפיטל צוואנציק
‏1 און דעם ערשטן טאג פון דער *וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר. ‏2 לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע* האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט. ‏3 און פעטרוס איז ארויסגעגאנגען און דער אנדערער תלמיד, און זענען אוועק צום קבר. ‏4 און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר. ‏5 און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען. ‏6 דאן קומט אויך שמעון פעטרוס, נאכפאלגנדיק אים, און איז אריינגעגאנגען אין קבר אריין; און זעט די תכריכים ליגן, ‏7 און דאס טיכל (מצנפת), וואס איז געווען אויף זיין קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאר באזונדער צונויפגעוויקלט אויף איין ארט. ‏8 און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט. ‏9 ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע. ‏10 און די תלמידים זענען ווידער אוועק צו זיך אהיים.
‏11 מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר, ‏12 און זעט צוויי מלאכים אין *ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן. ‏13 און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט. ‏14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען* שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע*. ‏15 זאגט יהושע/ישוע* צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען. ‏16 זאגט יהושע/ישוע* צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!) ‏17 זאגט יהושע/ישוע* צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט. ‏18 קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט.
‏19 און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער *וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע* געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! ‏20 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די *זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר. ‏21 און יהושע/ישוע* האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך. ‏22 און דאס זאגנדיק, האט ער אויף זיי געאטעמט, און זאגט צו זיי; זייט מקבל דעם רוח הקודש! ‏23 וועמען איר וועט מוחל זיין די זינד, וועט עס זיי זיין פארגעבן געווארן; וועמען איר וועט צוריקהאלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאלטן.
‏24 אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע* איז געקומען. ‏25 האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין *זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!
‏26 און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע*, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם! ‏27 דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין *זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין! ‏28 האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט! ‏29 זאגט יהושע/ישוע* צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!
‏30 און נאך א סך אנדערע נסים האט יהושע/ישוע* געטאן פאר זיינע תלמידים, וואס שטייען נישט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר. ‏31 און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע* איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.