קאפיטל איין און צוואנציק
‏1 און א בליק טוענדיק, האט ער געזען ווי די עשירים ווארפן אריין זייערע נדבות אין דער שאצקאמער. ‏2 און האט געזען א געוויסע נויטבאדערפטיקע אלמנה אריינווארפן דארטן צוויי פרוטות. ‏3 און ער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארומע אלמנה האט אריינגעווארפן מער ווי אלע; ‏4 ווארום אלע די דאזיקע האבן אריינגעווארפן צו די נדבות פון זייער עודף; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט צום לעבן.
‏5 און ווען אייניקע האבן געזאגט וועגן דעם בית המקדש, אז עס איז באצירט מיט הערלעכע שטיינער און מיט מתנות, האט ער געזאגט: ‏6 די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן! ‏7 האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען? ‏8 און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין! ‏9 ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד.
‏10 דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; ‏11 עס וועלן זיין געוואלדיקע ערדציטערנישן, און דא און דארטן הונגער און מגפות; און שרעקלעכע זאכן און גרויסע צייכנס פון הימל וועלן זיין. ‏12 פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען. ‏13 דאס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות זאגן. ‏14 נעמט זשע עס אייך צום הארצן, נישט צו זארגן פארויס, וויאזוי זיך צו פארטיידיקן; ‏15 ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן. ‏16 איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן. ‏17 און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ‏18 און קיין *האר פון אייער קאפ וועט נישט פארלוירן ווערן. ‏19 דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!
‏20 און ווען איר וועט זען ירושלים באלעגערט מיט חיילות, זאלט איר דעמאלט וויסן, אז איר פארוויסטונג האט זיך דערנענטערט. ‏21 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין (לאנד) יהודה, אנטלויפן צו די בערג; און די, וואס זענען אין איר מיט, זאלן אויסוואנדערן; און די, וואס זענען אויפן לאנד, זאלן נישט אריינגיין אין איר. ‏22 ווייל זיי זענען טעג פון נקמה, כדי עס זאל דערפילט ווערן אלץ, וואס שטייט געשריבן. ‏23 וויי איז צו די טראגעדיקע פרויען און אנזויגערינס אין יענע טעג! ווארום עס וועט זיין א גרויסע נויט איבערן לאנד און א צארן איבער דעם דאזיקן פאלק. ‏24 און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון גויים, ביז די צייטן פון די גויים וועלן דערפילט ווערן. ‏25 און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס; ‏26 און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. ‏27 און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) ‏28 ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.
‏29 און ער האט זיי געזאגט א משל: קוקט אויף דעם פייגנבוים און אויף אלע ביימער; ‏30 ווען זיי שפראצן שוין, זעט איר עס און ווייסט פון זיך אליין, אז דער זומער איז נאנט. ‏31 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נאנט. ‏32 באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלץ וועט האבן געשען. ‏33 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.
‏34 נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט פרעסן און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך; ‏35 ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד. ‏36 דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
‏37 און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים. ‏38 און דאס גאנצע פאלק איז געקומען צו אים אינדערפרי אין בית המקדש אריין, כדי אים צו הערן.