קאפיטל צוואנציק
‏1 און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן ‏2 און האבן געזאגט צו אים, אזוי צו זאגן: זאג אונדז, מיט וועמעס רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער איז עס, וואס האט דיר געגעבן דאס דאזיקן רשות? ‏3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: איך וועל אייך אויך פרעגן א שאלה! און זאגט מיר: ‏4 די מקווה פון יוחנן איז געווען פון הימל אדער פון מענטשן? ‏5 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? ‏6 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא. ‏7 און זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווייסן נישט פונוואנען. ‏8 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: זאג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
‏9 און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט. ‏10 און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. ‏11 און ער האט געמערט צו שיקן אן אנדערן קנעכט; זיי אבער האבן אויך יענעם געשלאגן און אנגעטאן אים בזיונות, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. ‏12 און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן. ‏13 און דער האר פון דעם וויינגארטן האט געזאגט: וואס זאל איך טאן? איך וועל שיקן מיין געליבטן זון; אפשר וועלן זיי אים שוינען. ‏14 נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער. ‏15 און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי? ‏16 ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה! ‏17 ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן;
א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן,
דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל?
(תהלים קיח, כב.)
‏18 יעדער איינער, וואס פאלט אויף יענעם שטיין, וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן. (ישעיהו ה, יד-טו; דניאל ב, לד-לה.)
‏19 און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי. ‏20 און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר. ‏21 און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳. ‏22 מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט? ‏23 ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט: ‏24 ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס. ‏25 און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! ‏26 און זיי האבן אים נישט געקענט פאנגען מיט קיין ווארט פאר דעם פאלק; און האבן זיך געוואונדערט אויף זיין ענטפער, און האבן געשוויגן.
‏27 און עס זענען צוגעקומען צו אים אייניקע פון די צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; ‏28 און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, משה האט אונדז געשריבן; אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, האבנדיק א ווייב, און איז אָן א קינד, זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה-ו.) ‏29 אָט זענען געווען זיבן ברידער; און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן אָן קינדער; ‏30 און דער צווייטער; ‏31 און דער דריטער האט זי גענומען; און אזוי א האבן אויך די זיבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זענען געשטארבן. ‏32 צום סוף איז אויך די פרוי געשטארבן. ‏33 וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב. ‏34 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט; ‏35 די אבער, וואס זענען ווערטיק צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט; ‏36 ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים. ‏37 און אז די טויטע שטייען אויף, האט אויך משה מרמז געווען ביים סנה, ווען ער רופט דעם האר דעם ג‑ט פון אברהם און דעם ג‑ט פון יצחק און דעם ג‑ט פון יעקב. (שמות ג, ו.) ‏38 ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים. ‏39 און אייניקע פון די סופרים האבן ענטפערנדיק געזאגט: רבי, דו האסט וואויל געזאגט! ‏40 ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן.
‏41 ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער משיח איז דודס זון? ‏42 דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים:
דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זעץ דיך אויף מיין רעכטער *זייט,
‏43 ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס.
(תהלים קי, א.)
‏44 דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?
‏45 און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים: ‏46 היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערק, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות; ‏47 זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט.