קאפיטל פיר
‏1 דעמאלט איז יהושע/ישוע* געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון. ‏2 און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן. ‏3 און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער *זאלן ווערן ברויט! ‏4 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:
נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,
נאר פון יעדן ווארט, וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.
(דברים ח, ג.)
‏5 דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש, ‏6 און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן:
זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר,
און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,
טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין.
(תהלים צא, יא.)
‏7 האט יהושע/ישוע* צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט. ‏8 נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט; ‏9 און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר. ‏10 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע* צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען! ‏11 דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.
‏12 און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל; ‏13 און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי; ‏14 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
‏15 לאנד פון זבולון און לאנד פון נפתלי,
ביים וועג פונם ים, פון יענער *זייט ירדן,
גליל פון די פעלקער,
‏16 דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער,
האט געזען א גרויס ליכט,
און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט,
פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט.
(ישעיהו ט, א-ב.)
‏17 פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע* אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!
‏18 און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט. ‏19 און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! ‏20 און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט. ‏21 און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן. ‏22 און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
‏23 און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק. ‏24 און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט; ‏25 און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.