קאפיטל דריי
1 אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן: 2 טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט. 3 מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן:
א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר:
מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט),
מאכט גלייך זיינע שטעגן!
(ישעיהו מ, ג.)
4 און יוחנן אליין האט געהאט א מלבוש פון קעמל *האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן; און זיין שפייז איז געווען היישעריקן און ווילדער האניק. 5 דעמאלט איז צו אים ארויסגעגאנגען ירושלים, און גאנץ יהודה, און די גאנצע אומגעגנט פון ירדן; 6 און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד. 7 ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן? 8 ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה! 9 און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. 10 און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין. 11 איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער. 12 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.
13 דעמאלט קומט יהושע/ישוע* פון גליל צום ירדן צו יוחנן, כדי מקווה געטובלט צו ווערן אין א מקווה פון אים. 14 ער אבער האט עס אים פארווערט, זאגנדיק: איך האב נייטיק פון דיר געטובלט צו ווערן אין א מקווה, און דו קומסט צו מיר? 15 נאר יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט. 16 ווי יהושע/ישוע* איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים; 17 און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!