קאפיטל פינף
‏1 און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים. ‏2 און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:
‏3 וואויל איז די ארומע אין *גייסט;
ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
‏4 וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
‏5 וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
‏6 וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
‏7 וואויל איז די בעלי רחמים;
ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
‏8 וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
‏9 וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
‏10 וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.
‏11 וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. ‏12 פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
‏13 איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן. ‏14 איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן. ‏15 מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז. ‏16 אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
‏17 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין. ‏18 מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען. ‏19 דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים. ‏20 מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
‏21 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט. ‏22 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו *נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום. ‏23 דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר, ‏24 זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און *זיי מקריב דיין קרבן. ‏25 ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין. ‏26 באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
‏27 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן! ‏28 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן. ‏29 און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין. ‏30 און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין. ‏31 און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט. ‏32 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. ‏33 ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט). ‏34 איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד. ‏35 נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך. ‏36 זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע *האר *ווייס אדער שווארץ מאכן. ‏37 נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.
‏38 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן; ‏39 איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו. ‏40 און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד. ‏41 און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי. ‏42 גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק. ‏43 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; ‏44 איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך; ‏45 כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים. ‏46 מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע? ‏47 און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די גויים נישט אויך דאס זעלביקע? ‏48 דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.