קאפיטל פיר
1 געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין. 2 דורך דעם דאזיקן דערקענט איר ה׳ס גייסט: יעדער גייסט, וואס איז מודה, אז יהושע/ישוע* המשיח איז געקומען אינם פלייש, איז פון ה׳; 3 און יעדער גייסט, וואס באקענט נישט יהושען/ישוען*, איז נישט פון ה׳; און דער דאזיקער איז דער (גייסט) פון דעם אנטי‑משיח, וואס איר האט געהערט, אז ער קומט; און איז שוין איצט אין דער וועלט. 4 קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט. 5 זיי זענען פון דער וועלט; צוליב דעם רעדן זיי פון דער וועלט, און די וועלט הערט זיי. 6 מיר זענען פון ה׳; ווער עס קען ה׳, דער הערט אונדז; ווער עס איז נישט פון ה׳, דער הערט אונדז נישט. דורך דער דאזיקער זאך דערקענען מיר דעם גייסט פון אמת און דעם גייסט פון באטרוג.
7 געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳. 8 ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע. 9 דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים. 10 אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד. 11 געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחויב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן. 12 ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז; 13 דורך דעם דאזיקן ווייסן מיר, אז מיר בלייבן אין אים, און ער אין אונדז: ווייל ער האט אונדז געגעבן פון זיין גייסט. 14 און מיר האבן געזען און זאגן עדות, אז דער פאטער האט געשיקט דעם זון אלס רעטער פון דער וועלט. 15 ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע* איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳. 16 און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים. 17 דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט. 18 מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע. 19 מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט. 20 ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודער—איז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט. 21 און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.