קאפיטל פינף
1 יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע* איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים. 2 דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן. 3 ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער. 4 ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה. 5 און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע* איז דער זון פון דער אויבערשטער? 6 ער איז עס, וועלכער איז געקומען דורך וואסער און בלוט, יהושע/ישוע* המשיח; נישט בלויז מיט דעם וואסער אליין, נאר מיט דעם וואסער און מיט דעם בלוט. און עס איז דער גייסט, וואס זאגט עדות, ווייל דער גייסט איז דער אמת. 7 ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות: 8 דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק. 9 אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. 10 ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. 11 און דאס דאזיקע איז דאס עדות: אז ה׳ האט אונדז געגעבן אייביק לעבן; און דאס דאזיקע לעבן איז אין דעם זון זיינעם. 12 ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.
13 די דאזיקע זאכן האב איך אייך געשריבן, כדי איר זאלט וויסן, אז איר האט אייביק לעבן; די, וועלכע גלויבן אין דעם נאמען פון דעם זון פון דער אויבערשטער. 14 און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז; 15 און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים. 16 ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן! 17 יעדע עוולה איז א חטא; און עס איז פאראן א זינד נישט צום טויט.
18 מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן. 19 מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן. 20 און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע* המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן. 21 קינדער, היט זיך אפ פון די אפג‑טער.