קאפיטל דריי
1 זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט. 2 געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז. 3 און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפנונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין. 4 יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה. 5 און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא. 6 יעדער איינער, וועלכער בלייבט אין אים, זינדיקט נישט; ווער עס זינדיקט, דער האט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט. 7 קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק; 8 ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן. 9 יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳. 10 דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער. 11 ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן; 12 נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.)
13 וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט. 14 מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט. 15 יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער האט נישט דאס אייביקע לעבן בלייבנד אין אים. 16 דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחויב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. 17 ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? 18 קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת. 19 דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים, 20 אז ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז, איז ה׳ גרעסער ווי אונדזער הארץ, און ווייסט אלץ. 21 געליבטע, ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז נישט, האבן מיר א פתחון פה פאר ה׳; 22 און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים. 23 און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע* המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט. 24 און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.