קאפיטל צוויי
‏1 קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע* המשיחן, דעם צדיק; ‏2 און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט. ‏3 און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן. ‏4 ווער עס זאגט: איך קען אים, און היט נישט אפ זיינע געבאטן, דער איז א ליגנער, און דער אמת איז נישט אין אים; ‏5 ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים: ‏6 ווער עס זאגט, אז ער בלייבט אין אים, דער איז מחויב צו לעבן אזוי, ווי ער האט געלעבט. ‏7 געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט. ‏8 ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין. ‏9 ווער עס זאגט, אז ער איז אין דעם ליכט, און האט פיינט דעם ברודער זיינעם, דער איז (נאך) אין דער פינצטערניש ביז איצט. ‏10 ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מכשול איז אין אים נישט פאראן. ‏11 ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן.
‏12 איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען. ‏13 איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער. ‏14 איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). ‏15 האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים. ‏16 ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט. ‏17 און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק. ‏18 קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה. ‏19 פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז. ‏20 און איר האט א זאלבונג פון הקדוש ברוך הוא, און אלע פון איר האבן דערקענטעניש. ‏21 איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת. ‏22 ווער איז דער ליגנער, אויב נישט דער, וועלכער לייקנט אפ, אז יהושע/ישוע* איז דער משיח? דער דאזיקער איז דער אנטי‑משיח, וועלכער פארלייקנט דעם פאטער און דעם זון. ‏23 יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך. ‏24 זאל בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן. אויב עס וועט בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן, וועט איר אויך בלייבן אין דעם זון און אין דעם פאטער. ‏25 און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן. ‏26 דאס האבן איך אייך געשריבן וועגן די, וואס פארפירן אייך. ‏27 און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים. ‏28 און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן א פתחון פה, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען. ‏29 אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.