דער ערשטער בריוו פון דעם שליח יוחנן
1
דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן— ‏2 און דאס לעבן איז אנטפלעקט געווארן, און מיר האבן געזען און זאגן עדות און זאגן אייך אָן דאס אייביקע לעבן, וואס איז געווען ביי דעם פאטער און האט זיך באוויזן צו אונדז— ‏3 וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע* המשיח; ‏4 און דאס שרייבן מיר, כדי אונדזער שמחה זאל ווערן פול.
‏5 און דאס דאזיקע איז די שמועה, וואס מיר האבן געהערט פון אים און זאגן אייך אָן, אז ה׳ איז ליכט, און קיין שום חושך איז אין אים נישט פאראן. ‏6 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינסטערניש, זאגן מיר ליגנט, און טאן נישט דעם אמת; ‏7 ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע*, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא. ‏8 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז. ‏9 ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.) ‏10 ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט געזינדיקט, מאכן מיר אים פאר א ליגנער, און זיין ווארט איז נישט אין אונדז.