קאפיטל פינף
‏1 צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
‏2 אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (גויים) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט. ‏3 נאכאמאל זאג איך עדות צו יעדן מענטשן, וואס לאזט זיך מל זיין, אז ער איז מחויב צו האלטן די תרי״ג מצוות. ‏4 איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד. ‏5 ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפנונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה. ‏6 ווארום אין משיח יהושע/ישוע* נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע. ‏7 איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת? ‏8 די איינרעדונג איז נישט פון דעם, וועלכער רופט אייך. ‏9 א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג. ‏10 איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין. ‏11 איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מכשול פון דעם בוים אויפגעהערט! ‏12 הלוואי זאלן די, וואס פארפירן אייך, זיך (אינגאנצן) מסרס זיין.
‏13 ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן. ‏14 ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) ‏15 אויב אבער איר בייסט און פרעסט זיך איינס דאס אנדערע, גיט אכטונג, איר זאלט נישט פארצערט ווערן איינער פונם אנדערן.
‏16 איך זאג אבער: וואנדלט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש. ‏17 ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט. ‏18 אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ. ‏19 באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט, ‏20 עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות, ‏21 קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. ‏22 די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה, ‏23 ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ. ‏24 די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע* האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.
‏25 אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט. ‏26 לאמיר זיך נישט יאגן נאך פוסטן כבוד, צו דערצערנען איינער דעם אנדערן און מקנא צו זיין איינער דעם אנדערן.