קאפיטל פיר
‏1 איך זאג אבער, אז כל זמן דער יורש איז א קינד, אונטערשיידט ער זיך מיט גארנישט פון א קנעכט, הגם ער איז האר פון אלעם; ‏2 נאר איז אונטער אפוטרופסים און פארוואלטערס, ביז צו דער צייט פארויסגעזעצט פון דעם פאטער. ‏3 פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט; ‏4 ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, ‏5 כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, ‏6 און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע-פאטער! ‏7 דערפאר ביסטו מער נישט קיין קנעכט, נאר א זון; און אויב א זון, (דאן) אויך א יורש דורך ה׳.
‏8 נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער; ‏9 איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט? ‏10 טעג היט איר אפ און חדשים און זמנים און יארן. ‏11 איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.
‏12 איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט; ‏13 נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה; ‏14 און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע*. ‏15 און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן. ‏16 בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת? ‏17 זיי זענען אייפריק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפריק וועגן זיי. ‏18 עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך. ‏19 קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט, ‏20 איך וואלט איצט געוואלט זיין ביי אייך, און ענדערן מיין קול; ווייל איך בין אין ספק וועגן אייך.
‏21 זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)? ‏22 ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי). ‏23 נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה. ‏24 די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר. ‏25 און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער. ‏26 אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער. ‏27 ווארום עס שטייט געשריבן:
*פריי דיך, דו עקרה, וועלכע האט נישט געבוירן,
ברעך אויס אין געזאנג, און שריי, אָ דו,
וועלכע האט נישט קיין געבורטסווייען;
ווייל פיל מער זענען די קינדער פון דער פארלאזטער,
ווי פון דער, וועלכע האט דעם מאן.
(ישעיהו נד, א.)
‏28 איר אבער, ברידער, ווי יצחק, זענט קינדער פון דער הבטחה. ‏29 נאר פונקט ווי דעמאלט האט דער געבוירענער לויטן פלייש גערודפט דעם (געבוירענעם) לויטן גייסט, אזוי אויך איצט. ‏30 נאר וואס זאגט דער פסוק? טרייב ארויס די דינסטמויד מיט איר זון; ווארום דער זון פון דער דינסטמויד וועט נישט ירשענען מיט דעם זון פון דער פרייער (פרוי). (בראשית כא, י.) ‏31 דעריבער, ברידער, זענען מיר נישט קינדער פון דער דינסטמויד, נאר פון דער פרייער (פרוי).