קאפיטל דריי
‏1 אומפארשטענדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע* המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים? ‏2 בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? ‏3 אזוי אומפארשטענדיק זענט איר? אנהויבנדיק מיט דעם גייסט, לאזט איר איצט אויס מיט דעם פלייש? ‏4 אזויפיל האט איר געליטן אומזיסט? אויב עס איז ווירקלעך אומזיסט. ‏5 און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? ‏6 פונקט אזוי ווי אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים צוגערעכנט געווארן פאר גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) ‏7 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, אז די, וועלכע זענען פון אמונה, זענען בני אברהם. ‏8 און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די גויים דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען:
אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער.
(בראשית יח, יח; יב, ג.)
‏9 אזוי ארום ווערן די, וואס זענען פון אמונה, געבענטשט צוזאמען מיט אברהמען דעם מאמין. ‏10 ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן:
פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן.
(דברים כז, כו.)
‏11 נאר אז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ ווערט קיינער נישט גערעכטפערטיקט פאר ה׳ איז באשיימפערלעך קלאר; ווייל;
דער צדיק וועט דורך אמונה לעבן;
(חבקוק ב, ד.)
‏12 די (מחמיר חומרא) געזעץ אבער איז נישט פון אמונה; נאר: ווער עס טוט זיי, דער וועט דורך זיי לעבן. (ויקרא יח, ה.) ‏13 משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן;
פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים;
(דברים כא, כג.)
‏14 כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע* המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.
‏15 ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו). ‏16 און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח. ‏17 איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן. ‏18 ווארום אויב די ירושה איז דורך דער געזעץ, איז זי מער נישט דורך דער הבטחה; ה׳ אבער האט זי אברהמען געשענקט דורך א הבטחה. ‏19 וואס זשע איז די געזעץ? זי איז צוגעלייגט געווארן צוליב די זינד, ביז דער זאמען וועט קומען, אויף וועמען די הבטחה באציט זיך; זי (די געזעץ) איז פארארדנט געווארן דורך מלאכים אין דער האנט פון א פארמיטלער. ‏20 דער פארמיטלער אבער איז נישט פון איינעם; ה׳ אבער איז איינער. ‏21 צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ. ‏22 דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע* המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)
‏23 פריער אבער, איידער די אמונה איז געקומען, זענען מיר געווען אונטער דער וואך פון דער געזעץ, איינגעשלאסן פאר דער אמונה, וואס האט געזאלט אנטפלעקט ווערן. ‏24 אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציערין פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה. ‏25 און אז די אמונה איז שוין געקומען, זענען מיר מער נישט אונטער א דערציער. ‏26 ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע* המשיחן. ‏27 ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך מתלבש געווען מיט משיחן. ‏28 עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע*. ‏29 און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.