קאפיטל צען
‏1 ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה. ‏2 ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש. ‏3 ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳, ‏4 ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט. ‏5 ווארום משה שרייבט איבער דער צדקות פון דער תורה, אז דער מענטש, וואס וועט זי טאן, וועט דורך איר לעבן. (ויקרא יח, ה.) ‏6 אבער די צדקות פון אמונה זאגט אזוי: זאג נישט אין דיין הארצן, ווער וועט ארויפגיין אין הימל אריין? דאס הייסט, אראפצוברענגען משיחן, ‏7 אויך נישט: ווער וועט אראפנידערן אין דער טיפעניש (אפגרונט)? דאס הייסט, ארויפצוברענגען משיחן פון די טויטע. ‏8 נאר וואס זאגט זי? דאס ווארט איז נאנט צו דיר, עס איז אין דיין מויל, אין דיין הארצן; דאס הייסט, דאס ווארט פון אמונה, וואס מיר רופן אויס; ‏9 ווייל אויב דו וועסט מודה זיין מיט דיין מויל יהושען/ישוען* אלס האר, און גלויבן מיט דיין הארץ, אז ה׳ האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, וועסטו געראטעוועט ווערן. ‏10 ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה. ‏11 ווארום דער פסוק זאגט: יעדער, וואס גלויבט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאנד. (ישעיהו כח, טז.) ‏12 ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים; ‏13 ווארום יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם הארס נאמען, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, ה.) ‏14 וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן? ‏15 און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.) ‏16 אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.) ‏17 אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט. ‏18 אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלט—זייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.) ‏19 אבער איך זאג: צי האט דען ישראל נישט געוואוסט? שוין משה זאגט:
איך וועל אייך מאכן אייפערן מיט דעם,
וואס איז נישט קיין פאלק,
מיט א נאריש פאלק
וועל איך אייך דערצערנען.
(דברים לב, כא.)
‏20 ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.) ‏21 אבער וועגן ישראל זאגט ער; דעם גאנצן טאג האב איך אויסגעשטרעקט מיינע הענט צו א ווידערשפעניק און אקייגנרעדנדיק פאלק. (ישעיהו סה, ב.)